מאנטאג אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג אח"ק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר אליעזר יודא מאליק שליט"א - רב דביהמ"ד טורי זהב אליק וומ"ס.
ב"ר אברהם לעווינגער הי"ו.
ב"ר בנימין מאיר סיתהון הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:25 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער צו די זאל פון כינור דוד וואו עס איז פארגעקומען די סיום מסכת מגילה און ראש השנה דורך מתמידים 'התמדת התורה'.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הר"ר אליעזר הערשקאוויטש שליט"א - מנהל, פאר אלע מלמדים, פאר די קינדער און זייערע עלטערן און זיידעס,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט לשבח פון די קינדער וואס געבן אוועק פון די אייגענע צייט צו זיצן און לערנען און מסיים געווען בברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 9:05 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר נתן פעלדמאן שליט"א פון 'הוצאת צוף' אינאיינעם מיט די אייגנטומער פון 'גנזים אנטיק' און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די ניי איבערגעדרוקטע סידור בעל שם טוב וועלכע זיי האבן ארויסגעגעבן, ווי אויך האבן זיי געצייגט פארן רבין עטליכע כתבי ידות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
דער רבי האט מעיין געווען דערין א לענגערע צייט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל וואלף שווארץ הי"ו און הרה"ח ר' יצחק פאלאטשעק הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו - וומ"ס און הרה"ח ר' שלמה הערש פישער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויף קביעות מזוזה בביתו החדש פון נכדו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה און דערנאך געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר נכדו הרב דוד אלימלך שליט"א און פאר די גאנצע משפחה.
א גוטע נאכט.
~🌴~