שבת קודש פרשת וילך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת וילך
=שבת שובה=
ארום 7:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין.
ביי לכה דודי האט די כאר געזינגען די נייע ניגונים.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, און די אויסלענדישע געסט האבן שלום גענומען.
ארום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם בנין פון מבצר הכוללים .
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן.
דער רבי האט פארטיילט שריים פון די זיסע מייערן פאר די אויסלענדישע בחורים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - אב"ד צאנז ק"י.
מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וילך משה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש - מאנסי.
ברכת המזון: הר"ר מאיר פאנעט בן האדמו"ר מדעעש שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' הערצקא מ'ראצפערט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ערב יוה"ק,
אזוי אויך האט דער רבי פארציילט מעשיות פון יום הקדוש במשנתו פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:40.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יחזקאל געלבשטיין.
שחרית: הרה"ח ר' דוד לייב קרויס.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א.
כהן: הר"ר זלמן יודא כהנא שליט"א - בית שמש.
לוי: הרה"ח ר' בעריש אפעל.
שלישי: הר"ר מאיר לייב קטינא.
רביעי: ר' בעריש מענדלאוויטש,
ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי הרה"ח ר' אליעזר לעוו - לאנדאן.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יעקב יואל אינדיג.
ר' יודל שווארץ.
שביעי: ר' יואל ב"ר אשר ווייס.
ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש - מאנסי.
מפטיר: הרה"ח ר' יושע טעלער.
נאכן ליינען האבן די צענדליגע געסט גומל געבענטשט.
הגבה: הרה"ג ר' דוד גרינפעלד.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה דוד דאסקאל.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש משב"ק.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' נפתלי פריינד.
מען האט געענדיגט ארום 12:15
~
6:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שבת שובה דרשה.
דער רבי האט זיך מתעטף געווען בטליתו און אנגעהויבן די דרשה ווי דער רבי האט ארומגערעדט א לענגערע צייט אינעם סוגיא פון "עד אחד נאמן באיסורין" וואס איז פארגעלערנט געווארן די לעצטע פאר וואכן אין ישיבה, ווי דער רבי האט עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופולפול ואגדה.
דערנאך איז די רבי אריבער צום חלק המוסר ווי די רבי האט ארויסגעברענגט אז מ'שטייט יעצט בין כסא לעשור און יעדער דארף תשובה טוהן אויף אלעם וואס מ'דארף סיי אין תורה סיי אין תפילה 'קחו עמכם דברים ונשובה אל ה' אין דברים אלא דברי תורה יעדער זאל זיך מזרז זיין מיט שיעורים קבועים אין דאווענען פון אנהייב ביזן סוף זיך נישט מיטכאפן מיט א מנין עס איז דא ב"ה יעדע צען מינוט א מנין אז מ'דארף זיך נישט מיט כאפן,
די רבי האט ארויסגעברענגט די שבח פון קרית יואל אז אפי' די בעה"ב שטייען אויך אויף פארטאגס אין די היכל התורה איז פיל יעדע פארטאגס, אין אזוי אויך די צניעות אין שטאט איז זייער פיין אין די חינוך הבנים והבנות איז אויך זייער גוט, אבער האט די רבי געזאגט מיט ווייטאג אז עס איז נאך אלץ דא א מיעוט וואס מ'דארף מזרז זיין צו האבן שיעורים קבועים אין אזוי אויך די דאווענען אין די צניעות אין ספעציעל די צניעות ביי די פרויען ס'איז באקאנט אז די פעטער ז"ל איז געווען א גברא דקפדנא ער וועט זיכער מקפיד זיין אויף די אלע וואס שטעלן זיך נישט צו הן לגבי ביי-האר אין הן די אנדערע זאכן די רבי האט דערציילט אז הרה"ק רבי מענדעל'ע מ'רימנוב זי"ע האט געלאזט מאכן א פענסטער אין זיין אוהל מיטצוהאלטן לאחר מאה ועשרים און צו האלטן א עינה פקיחה אויפן שטאט, די רבי ז"ל ליגט דא אין שטאט אין האלט א עינה פקיחה אויפן שטאט די אוהל פארמאגט אויך א פענסטער והוי זהיר בגחלתן!,
נאכדעם האט די רבי ארומגערעדט אז אפי' סאיז דא א שטארקע דירות מאנגל אין ק"י מ'האפט אז עס וועט זיין בקרוב בהרחבה אבער עס איז נישט ווערד ארויסצוגיין צום אינדרויסן פון שטאט ווייל ווי באקאנט זעהט זיך אן א שטארקע ירידה אויף די אלע וואס ציהען זיך ארויס הן אויף די בני בית אין הן אויף די קינדער,
נאכדעם האט די רבי ארומגערעדט איבער די גזירות החינוך וואס מ'דארף גרויס רחמי שמים אין אויך די גזירות הגיוס בארה"ק אין מ'דארף מתפלל זיין, דערנאך פארענדיגט מיט ווארימע ברכות קודש לכבוד די נייע יאר פארן כלל אין פרט.
ארום 7:15 האט דער רבי געענדיגט די דרשה און דער רבי האט געזאגט קדיש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' מאיר עקיבא קריגער.
כהן: הר"ר יוסף שמואל פילאפף.
לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.
שלישי: הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק שובה ישראל עד ה' אלוקיך כי כשלת בעווניך, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער דאס וואס עס שטייט אז כל העוסק בתורת עולה כאילו הקריב עולה, האט דער רבי נאכגעזאגט א דברי יואל ווי ער טייטשט 'אשרי הגבר אשר תיסרנו קה ומתורתך תלמדנו' אז ווען עס קומט זיך ח"ו פאר איינעם יסורים קען מען עס אפקומען דורך לערנען תורה די פרשה פון די תוככה, האט דער רבי געטייטשט 'קחו עמכם דברים ונשובה אל ה', אז עס איז דא אסאך מאל וואס תשובה אליינס איז נישט מכפר נאר עס פעלט נאך אויס יסורים קען מען עס אפקומען דורכן לערנען, 'קחו עמכם דברים' "אין דברים אלא דברי תורה" און דורך דעם 'ונשובה אל ה',
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט א ברכת גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא ב"פ.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש משב"ק.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
ביי אודה און שיר המעלות און אזוי אויך ביי הבדלה האט מיטגעזונגען די כאר פון ימים נוראים נאך הבדלה האט זיך דער רבי באדאנקט און געזאגט "ש'כח הקטנים עם הגדולים".
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:45
א גוטע וואך
~🌴~