דאנערשטאג וילך - צום גדלי'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג וילך - צום גדלי'
רבינו שליט''א איז אריין געקומען צו סליחות ארום 5:45 אין בית מדרש הגדול.
בעל תפלה: הרה''ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער.
מען האט געענדיגט ארום 6:35.
נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' זלמן גראסבערג,
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור,
ב"ר אלישע יואל ראזענפעלד.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכמיטאג האט מען אריבערגעברענגט עטליכע אתרוגים פאר רבינו שליט"א לקראת חג הסוכות הממשמש ובא.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי האט עולה געווען שלישי - מפטיר.
ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב.
~
היינט ערש"ק איז דער רבי אריינגעקומען צו סליחות ארום 5:45 אין בית מדרש הגדול.
בעל תפלה: הרה''ח ר' משה מאיר גאטליב.
מען האט געענדיגט ארום 6:30.
נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל ברש"י שעהר,
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און לבן הנולד לר' יצחק רובין,
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק טובי' פריעדמאן.
ב"ר מאיר מנחם זאב הירש.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
א גוט שבת.
~🌴~