זונטאג האזינו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג האזינו
דער רבי איז אריינגעקומען צו סליחות ארום 5:45 אין בית מדרש הגדול.
בעל תפלה: הרה''ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן.
מען האט געענדיגט ארום 6:30.
נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער,
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל טייכמאן.
ב"ר יואל טעלער.
ב"ר יודל פארגעס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
א גוטן טאג.
~🌴~