דינסטאג תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תזו"מ=
~בדר"ח אייר~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר בן ציון באש הי"ו.
ב"ר ליפא ראזענפעלד הי"ו.
ב"ר אהרן שמואל שרייבער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 12:15 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~