מיטוואך תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תזו"מ=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב הערש פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אליעזר זוסיא שטערן הי"ו.
ב"ר מרדכי לייב גאטעסמאן הי"ו.
ב"ר יושע הערש גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר משה ווייס הי"ו.
ב"ר אברהם קליין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:05 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא ווערצבערגער הי"ו - מאנסי און הרה"ח ר' הלל כהנא הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס און הרה"ח ר' אברהם לעווי הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
א גוטע נאכט.
~🌴~