מאנטאג תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תזו"מ=
~אדר"ח אייר~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף זינדל וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב פיש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר הערש בער מייזעלס שליט"א און הר"ר משה שמואל בר"ע הירש שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל מרדכי שעהר הי"ו און הרה"ח ר' וואלף שעהר הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יודא זאב קליין הי"ו האט אפגעקויפט די זכות שם הבנין פון 'ביהמ"ד בית חיים דוד' דקהלתינו הק' בשכונת פרי מגדים אין קרית יואל המורחבת פארן סכום פון א האלב מיליאן דאלער,
עס איז אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, בנו הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, און חברי ועד הרחבת גבולי העיר און תושבי השכונה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שכונה, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א - יו"ר ועד הרחבת גבולי העיר, וועלכע האט פארגעשטעלט די פלענער פארן ביהמ"ד וועלכע וועט שטארק פארברייטערט ווערן מיט אלע צוגעהערן ברוב פאר והדר, און געזאגט אז אלעס איז צו פארדאנקן דער נדבן הרה"ח ר' יודא זאב הי"ו וועלכע האט שוין בעבר אפגעקויפט די זכות 'שם הביהמ"ד' און יעצט מוסיף געווען א ריזן סכום פארן זכות 'שם הבנין',
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטר אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן, און פאר הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א און פאר אלע חברי ועד קרן הבנין פונעם ביהמ"ד,
ביים ענדיגן האט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א מקבל געווען ברכת הקודש פון רבינו שליט"א לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש און דער רבי האט ארויסבאגלייט דעם דיין שליט"א ביזן טיר.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~