ימים הראשונים של חג הפסח תשפ"ה בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ימים הראשונים של חג הפסח תשפ"ה בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א=
ביים זמן ר"ת אום 8:47 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש ובהתעורורות רב.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45.
דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט', און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי איז געגאנגען אין מקוה.
פארן סדר האט דער רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך,
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר אינעם זאל בביתו נאוה קודש מעוטף מיטן טלית און קיטל און זילבערנעם קאפל,
עס האבן מיטגעגעסן במשך ביידע נעכט אריבער דריי הונדערט חתנים מתלמידי ישיבתינו הק' פון איבער די גארער וועלט,
דער רבי האט צוגעטרעטן צום סדר מיט א דביקות ושמחה של מצוה, דער רבי האט מסדר געווען די קערה און פארגעזאגט 'קדש' בקול נעים אויפן נוסח המקובל פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע.
במשך דעם סדר האבן די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב, געזאגט די סימנים אויף אידיש,
דער רבי האט געזאגט תורה און דערנאך זיך אויפגעשטעלט צו קידוש,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א,
דער רבי האט געזאגט די הננו מוכן פארן ערשטן כוס ברגש אש שלהבת קודש אויפן נוסח ההגדה, און געמאכט קידוש בקול רם, און געמאכט די ברכת בורא מאורי האש, הבדלה, און שהחיינו, און געטרונקען בהסיבת שמאל. דערנאך האט דער רבי געהייסן די בחורים מאכן קידוש כנהוג בליל הסדר.
במשך די סדר האט דער רבי משמיע געווען 14 מאל דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף, קדש, כוס ראשון, כרפס, הא לחמא עניא, השתא הכא, כל המרבה לספר ביציאת מצרים, כל ימי חייך להביא לימות המשיח, כנגד ארבעה בנים דברה תורה, ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, ושאינו יודע לשאול, והגדת לבנך, והיא שעמדה, ויענונו, רבי עקיבא אומר.
דער רבי האט געזאגט די הננו מוכן פאר מצות סיפור יציאת מצרים מיט א ברען, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט די הגדה ברגש אש קודש במתינות מילה במילה בקול רם, און די בחורים האבן מיטגעזאגט שטילערהייט.
פאר מה נשתנה האט דער רבי צאמגעקלאפט ביידע הענט כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע כמנהג בעלזא.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א אויף אידיש, און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען,
ביי דם ואש ותמרות עשן און ביי די עשר מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און אויסגעווארט ביז מען האט עס ארויסגעטראגן.
נאך די צווייטע כוס האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און אויסגעטוהן די טלית און זיך געוואשן,
דער רבי געזאגט די הננו מוכן און געמאכט די ברכת המוציא און על אכילת מצה מיט גרויס דביקות און געגעסן די כזיתים בהסיבת שמאל.
ביי מרור האט דער רבי איינגעטונקען שאלאטן אין חרוסת אין געזאגט די הננו מוכן און די ברכה על אכילת מרור און געגעסן די כזית מרור, און דערנאך די כזיתים מצה ומרור ביי כורך,
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן בלויז א שטיקל אייער כנהוג, און תיכף געהייסן אריינברענגען די אפיקומן און געזאגט די הננו מוכן מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן פאר חצות, די אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' ישכר בעריש ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
דער רבי האט געוויזן פארן עולם צו עסן רואיג די גאנצע סעודה,
מען האט אנגעגאסן די כוס צום בענטשן, דער רבי האט זיך געוואשן מים אחרונים און געבענטשט אויפן כוס,
דערנאך האט מען אנגעפילט די כוס של אליהו און מען האט געעפענט די טיר,
דער רבי האט געזאגט תורה און דערנאך געזאגט שפוך חמתך מיט גרויס התעורורות, נאך שפוך חמתך האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס פונעם כוס של אליהו, און מען האט ארויפגעשיקט שיריים פונעם כוס של אליהו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען ממשיך געווען באמירת הלל מיט גרויס התעורורות בפרט ביי נשמת ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות,
מען האט געזינגען די פיוטים פון ויהי בחצי הלילה און ואמרתם זבח פסח מיטן ניגון פון אזמר בשבחין, און דערנאך פארגעזעצט מיט אדיר במלוכה במתינות הויך אויפן קול.
נאכן פערטן כוס האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים פון כי לו נאה, און אדיר הוא, און אחד מי יודע, און חד גדיא,
דער רבי האט געהייסן ממשיך זיין מיט ניגוני יו"ט,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו"ט און איז ארויף לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א שטארקע נעימות.
מען האט געענדיגט די סדר ארום 3:25.
~יום א' דפסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפלת שחרית ארום 10:55.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית,
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א - וומ"ס, און הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ.
כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
רביעי: בעל ברית ר' שלמה אהרן סופר הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
גלילה: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מפטיר: הבה"ח אלי' יואל ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו - וומ"ס.
הגבה: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
גלילה: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן די קיטל און זילבערנעם קאפל, דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געבענטשט טל מיט גרויס התעוררות,
מיט פתיחת הארון פאר טל איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יואל ב"ר מרדכי מיטטעלמאן הי"ו.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יעקב גאנץ הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אהרן סופר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט,
מיט די פיוט פון ברח דודי האט דער רבי מכבד געווען די מנגנים,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'מקרא קודש זכר ליציאת מצרים' און געטייטשט אז בזכות פון מצות מצה איז מען זוכה אז הקב"ה איז קונה כלל ישראל מיט קנין משיכה דורך 'קורא לה והיא בא' און מען דארף נישט צוקומען צו 'הכישה במקל',
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 4:30.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מיט א אפיעל פאר כולל שומרי החומות.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30.
דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט', און אהיים לביתו נאוה קודש.
~ליל התקדש החג - די צווייטע סדר נאכט~
פארן סדר איז דער רבי געגאנגען אין מקוה,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך,
ארום 10:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר אינעם זאל בביתו נאוה קודש מעוטף בטלית שאולה און קיטל און זילבערנעם קאפל,
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און מסדר געווען די קערה, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש,
במשך דעם סדר האבן די קינדער פון הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א געזאגט די סימנים אויף אידיש,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט צו קידוש,
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
דער רבי האט געזאגט די הננו מוכן פארן ערשטן כוס ברגש אש שלהבת קודש אויפן נוסח ההגדה, און געמאכט קידוש בקול רם, און געמאכט די ברכת שהחיינו, און געטרינקען בהסיבת שמאל, דערנאך האט דער רבי געהייסן די בחורים מאכן קידוש.
במשך די סדר האט דער רבי משמיע געווען 14 מאל דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף, קדש, כרפס, הא לחמא עניא, ברוך המקום, רשע מה הוא אומר, והגדת לבנך, מתחילה עובדי עבודה זרה, והיא שעמדה, אנוס על פי הדבור, רבי אליעזר אומר, הוצאני מעבדות לחרות, יגיעני למועדים ולרגלים אחרים, שפוך חמתך, לא לנו,
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ווי דער רבי האט אפגעראכטן די סדר מיט גרויס התעורורות און התלהבות אש און פארגעזאגט די הגדה ברגש אש קודש במתינות מילה במילה בקול רם, און די בחורים האבן מיטגעזאגט שטילערהייט.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות אלע אייניקלעך צוזאמען,
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן א שטיקל אייער כנהוג, און דערנאך האט מען אריינגעברענגט די סעודה אזוי ווי יעדן יו"ט, ביי שלחן עורך האט דער רבי מעיין געווען אין עטליכע ספרים,
ארום 1:45 האט דער רבי געזאגט די הננו מוכן מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן בהתלהבות אש, די אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
דערנאך האט מען אנגעפילט די כוס של אליהו און מען האט געעפענט די טיר, דער רבי האט זיך אינטערגעהויבן און געזאגט שפוך חמתך מיט גרויס התעורורות, נאך שפוך חמתך האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס פונעם כוס של אליהו, און מען האט ארויפגעשיקט שיריים פונעם כוס של אליהו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען ממשיך געווען באמירת הלל מיט גרויס התעורורות ובבכיות בפרט ביי נשמת ווי דער רבי האט ספעציעל מאריך געווען בבכיות,
נאכן פערטן כוס האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים פון כי לו נאה, און אדיר הוא,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו"ט, מען האט געענדיגט די סדר ארום 3:25.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט געציילט די ערשטע ספירה בקול חוצב להבות אש,
דערנאך איז דער רבי אריבער בצד צפון ווי מען האט ממשיך געווען מיט די פיוטים פון אחד מי יודע, און חד גדיא,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו"ט, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט פון פודה כהלכה און ארויסגעברענגט אז הקב"ה האט געמעגט הרג'נען די מצריים ביי מכת בכורות טראץ עס איז געווען יו"ט וויבאלד מען זאגט מתוך שהותרה לצורך הותרה נמי שלא לצורך.
מען האט געענדיגט ארום 4:00 אזייגער.
~יום ב' דפסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 11:05.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א.
צו שחרית, יוצר והלל איז צוגעגאנגען הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו - וומ"ס, און הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
לוי: הבה"ח מרדכי לייב ב"ר יחזקאל שרגא ווערצבערגער הי"ו - מאנסי.
שלישי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' יודל בר"מ הירש הי"ו - וומ"ס.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' שמעון הירש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שמשון בוים הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 2:20.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט,
מיט די פיוט פון ברח דודי האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח אברהם שלמה בן הר"ר יושע העשיל זילבער שליט"א, המיול"ח הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי,
אשר הניא: נכד רבינו הב' חנני' יו"ט ליפא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
שושנת יעקב: הבה"ח יודל ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן א קוגל לכבוד סעודת אסתר,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן מדרש שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שעוסקות בביעור חמץ, און ארומגערעדט אז בזכות וואס אסתר המלכה האט מקיים געווען ביעור חמץ וואס חמץ איז מרומז אויף גאוה איז הקב"ה מחיוב געווארן צו ראטעווען כלל ישראל פון גזירת המן אלץ חיובי בעל לאשה אויסצולייזן א פרוי ווען מען ווערט געפאנגען.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני פורים, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 4:30.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:20.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה בהיכל הביהמ"ד,
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטן מועד און אהיים לביתו נאוה קודש.
מען האט געענדיגט ארום 9:15.
א גוטן מועד.
~🌴~