שבת קודש פרשת צו - שבת הגדול - שבת ערב פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת צו - שבת הגדול - שבת ערב פסח=
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די בני המשפחה און די פילע אויסשטאטישע חתנים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די סדרים בצל הקודש.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
במשך אלע דריי סעודות האט דער רבי געגעסן די חלה אויף א עקסטערע טישטוך וואס מען האט אראפגענומען פארן עסן די פיש און איבערגעלאזט בלויז א כזית פאר ברכת המזון,
אזוי אויך האבן אלע חתנים און אנוועזנדע געגעסן די חלה בהוראת רבינו ביי א זייטיגע טיש און נאכדעם געגאנגען צו די פלעצער פאר די איבריגע חלק סעודה.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י.
מנוחה ושמחה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק זאת תורת העולה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון כהנים שלוחא דידן או שליחא דרחמנא.
קה אכסוף: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי אשר'ל מראפשיץ זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק י"ד ניסן.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:35.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 6:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדעל הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נח קליין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' אשר שמואל כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה הלל ברע"מ קאהן הי"ו.
ר' שלמה מאיר ברד"ה מערץ הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו.
גלילה: ר' שבתי בר"ד ווערטהיימער הי"ו - מאנטריאל.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ברוך משה בראדער הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת שב"ק בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די בני המשפחה און די פילע אויסשטאטישע חתנים,
דער רבי האט געמאכט קידוש און זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די אייער האט מען געזינגען חי ה',
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 9:30 און דער רבי איז ארויס אויפן גאס פאר עטליכע מינוט צו מאכן א הפסקה צווישן די סעודות,
נאך עטליכע מינוט האט זיך דער רבי געוואשן צו שלו"ס און געהייסן אויסטיילן די י"ב חלות פאר די חתנים אויפצועסן,
מען האט אויפגעגעבן פצעי, פסח'דיגע טשאלענט, מיט קוגל, און פארן בענטשן האט דער רבי טועם געווען פיש,
מען האט אריינגערופן די גוי וואס האט צוזאמגענומען אלע איבריגע חלות און עס אהיימגענומען צו זיך,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
ברוך ה' יום יום: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
ברוך קל עליון: הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס.
מען האט געענדיגט ארום 10:25, און דער רבי האט גענומען די כזית חלה פון די טיש און עס מבער געווען אין ביה"כ און אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געזאגט כל חמירא און דערנאך געזאגט די יהי רצון.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אשר אנשיל לעווי הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף הערש מיללער הי"ו.
נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד ביים ארון הקודש,
צום ערשט האט דער רבי געזאגט די סדר הקרבת קרבן פסח,
דערנאך האט דער רבי טועם געווען פירות און פיש, געמאכט א לחיים, און טועם געווען קוגל,
דערנאך האט מען געזינגען זמירות פון שלו"ס.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק והגדת לבנך ביום ההוא לאמור און ארויסגעברענגט אז דורך דעם וואס כלל ישראל האט געזאגט הלל ביי הקרבת קרבן פסח און געדאנקט הקב"ה נאך פאר יציאת מצרים האט הקב"ה אויך גערעכנט די טוב העתיד - אלע מצוות ומעשים טובים וואס מען גייט מקיים זיין אין אלע שפעטערדיגע דורות, און אין דעם זכות איז געווען יציאת מצרים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו.
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי.