דינסטאג - יום א' דחוה"מ פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג - יום א' דחוה"מ פסח=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00 אזייגער.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו - וומ"ס, און הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו,
כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי.
הגבה: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
גלילה: ר' שמעון פעקעטע הי"ו,
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' מרדכי ארי' שפיטצער הי"ו - וומ"ס,
גלילה: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו ק"י,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הלל דוב שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון פעקעטע הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
אין די נאכמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי יושע שלום נתן רובין שליט"א - אבד"ק גלאגוב,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געגעבן ספרו לב אהרן - סוגיות.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
און ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב,
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
א גוטן מועד.
~🌴~