פרייטאג צו - ערב פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג צו - ערב פסח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אשר זעליג סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 8:30.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק פארקאש הי"ו.
ב"ר שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
תיכף נאכן דאווענען איז דער רבי ארויס פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ,
דער רבי האט געזאגט 'לשם יחוד לקיים מצוות אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם' און אריינגעווארפן די צען ברעקלעך און די לולב,
דער רבי האט געווארט ביז עס ווערט פארברענט כהלכה, דערנאך האט דער רבי געזאגט די יהי רצון.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט פארקויפט די חמץ פארן גוי.
דער רבי האט געמאכט א קנין און איבערגעגעבן די שטר.
נאך די מקוה ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי אריבער צום מצות באקן ברוב עם בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל,
דער רבי האט אריין געגאסן די וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר עטליכע מיירעס.
בשעת'ן טיילן האט דער רבי פארגעזאגט צוויי מאל הלל מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש.
נאכן ענדיגן באקן האט דער רבי מפריש געווען חלה, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט שבת און א גוט יו"ט'.
דערנאך ארום 3:30 איז דער רבי אריבער צום מצה בעקעריי אויף די געציל בערגער גאס, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' ביי די חבורות פאר א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען.
דערנאך ארום 4:00 אזייגער איז דער רבי אריבער צום מצה בעקעריי דקהלתינו הק' אויף די דינוב גאס,
ביים אנקומען האט זיך פארמירט א שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
דערנאך איז דער רבי אריין אינעם בעקערי ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען, דערנאך האט דער רבי אריין געגאסן וואסער אין די מעל און אפגעשיידט חלה, און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג איז דער רבי אראפ אינעם נייעם זאל בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט אפגעברענט די לעכט, און זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן סדר טיש ווי עס וועלן מיטעסן די הונדערטער חתנים בצל הקודש.
~🌴~