פרייטאג נצבים - ו' סליחות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
פרייטאג נצבים - ו' סליחות
רבינו שליט''א איז אריין געקומען צו סליחות ארום 5:45 אין בית מדרש הגדול.
בעל תפלה: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין.
מען האט געענדיגט ארום 6:25.
נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט די פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג ,
נאכן דאווענען איז דער רבי אנגעקומען צום ביהמ"ד החדש דקהלתינו אויף המספיק וועי. ווען דער רבי איז אנגעקומען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויף די הויפט אריינגאנג.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין מראה"ק
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט קורא שם געווען פאר די ביהמ"ד "בית המדרש מהרש"א דקהל יטב לב" ע"ש הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע.
דערנאך האט דער רבי ממנה געווען הר"ר ארי' אשר אינדיג שליט"א וועלכע וועט דינען אלץ מו"ץ הביהמ"ד.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הר"ר ארי' אשר שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געווינטשן לחיים פאר די אנוועזנדע און פארטיילט שריים פאר די גבאי ועסקני הביהמ"ד.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די מקוה.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אב"ד נייטרא מאנסי, וועלכע זיצט שבעה נאך זיין ברודער הר"ר רבי שמואל דוד זצ''ל ר''מ ישיבת קרית נייטרא.
א גוט שבת.
~🌴~