מיטוואך נצבים - ד' סליחות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך נצבים - ד' סליחות
רבינו שליט''א איז אריין געקומען צו סליחות ארום 5:45 בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.
בעל תפלה: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין.
מען האט געענדיגט ארום 6:15.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן לבן הנולד לר' געציל פרענקעל,
ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און לבן ר' מאיר לייב ווערטהיימער,
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
פון 5:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:05 אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50.
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג נצבים - ה' סליחות
רבינו שליט''א איז אריין געקומען צו סליחות ארום 5:45 אין בית מדרש הגדול.
בעל תפלה: הרה''ח ר' דוד עקשטיין מראה"ק ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 6:20.
נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפלת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל ברוך באש,
ווי דער רבי איז געווען סנדק.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יואל מערץ.
ב''ר יחאל אלטר טויב.
ב''ר יוסף גרינבלאט.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט די פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג ,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פון 6:00 ביז 12:20 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:00 אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:25.
א גוטע נאכט.
~🌴~