שבת קודש פרשת נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת נצבים
ארום 8:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר ישראל העניך שעהר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 11:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם בנין פון מבצר הכוללים .
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' אשר אנטשיל בן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר פנחס אלימלך ווייס.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יואל אפענהיים.
מנוחה ושמחה: ר' יצחק פריעד - לעיקוואד.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלוקיכם און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אשה ששברה בבית בעלה.
קה אכסוף: הר"ר מאיר סימאן.
ברכת המזון: הר"ר זלמן יודא כהנא שליט"א מרבני קהלתינו בבית שמש.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן שר שלום פון בעלזא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם שבת כ"ז אלול.
קה רבון עלם: הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יעקב נפתלי קאסירער.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:35
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
דער רבי האט צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ: הר"ר חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלי' טייטלבוים.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר.
כהן: ר' ארי' כ"ץ.
לוי: הרה"ח ר' אהרן ווערצבערגער.
שלישי: החתן ב"ר ישראל דוד טייטלבוים.
רביעי: ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין,
ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: הר"ר שלמה נח היילברוין,
ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שמעון גאלדבערג.
שביעי: ר' משה אלימלך ווידער,
ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' משה ארי' מארק.
מפטיר: הר"ר יואל שפיצער.
הגבה: ר' ישראל דוד טייטלבוים.
גלילה: ר' יואל ברי"י סופר.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר שלמה מארק.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה ארי' מארק, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
~
פאר שלו"ס זענען אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש די קינדער פון די קאפעליע ווי זיי האבן פארגעזינגן די נייע ניגונים וואס זענען נתחבר געווארן פאר די ימים נוראים הבעל"ט.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:55
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב יוסף פילאפף.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' ברוך מרדכי ראזענבערג.
כהן: הרה"ח ר' משה ברוך פאללאק.
לוי: ר' נפתלי יעקב גאטליב.
שלישי: הר"ר יואל אפענהיים.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ברוך יודא קליין.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' יחזקאל יואל סאמעט.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלוקיכם ווי רש"י זאגט כיון ששמעו ישראל צ"ח תוככות הריקו פניהם התחיל משה לפייסן אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלוקיכם, ווי דער רבי האט שטארק ארומגערעדט איבער דעם וואס די מקטריגים זענען מקטרג אז מען זאל נישט קענען תשובה טוהן וויבאלד פאריאר האט מען אויך צוגעזאגט אז מען גייט תשובה טוהן און מען האט נישט פארדעם בעט מען יהי חסדך ה' עלינו כאשר 'יחלנו' לך אז פונקט ווי אונז בעט מיר און האף מיר אויף די גאולה שלימה אפילו מען האט פאריאר אויך געבעטן און מען איז נישט געהאלפן געווארן זאל מען אויך קענען נאכאמאל תשובה טוהן האט דער רבי געזאגט מיט דעם וואס עס שטייט אז די תריעה ווייזט אויף די גלות און די תקיעה אויף די גאולה און די זעלבע די תקיעות דמיושב ווייזט אויף די גאולה און די תקיעות דמעומד אויף די גלות, האט דער רבי געטייטשט אתם נצבים היום כולכם 'היום דא ראש השנה' אז משה רבינו האט מחזק געווען כלל ישראל אז אתם נצבים היום 'נצבים' מיינט מען די תקיעות דמעומד אז פון די תקיעות דמעומד זעט מען אז מען איז מתפלל אויף די גאולה ממילא העלפט אויך תשובה.
דערנאך האט דער רבי צוגעענדיגט מיט ברכות פארן נייע יאר און אנגעווינטשן אז די יאר זאל מען אמת'דיג זוכה זיין צו די גאולה שלימה און עס זאל שוין זיין תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:20.
א גוטע וואך
~🌴~