דינסטאג ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויקהל=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים שלמה פישער הי"ו - משב"ק.
ב"ר יואל משה פישביין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 1:35 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
דער רבי האט געענדיגט ארום 2:25.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' שלום לאנדא שליט"א - ר"י עמודי דגירסא ריבניץ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דערביי האט הרה"ג ר' שלום שליט"א געוויזן פארן רבינו שליט"א ספרו החדש בשלום נפשי וואס קומט ארויס צו די חתונה, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה"ג ר' שלום שליט"א און פארן חתן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~