מיטוואך ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויקהל=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר הערשל הכהן קאהן הי"ו.
ב"ר יעקב יואל כהן הי"ו.
ב"ר חיים מרדכי שמאיע הי"ו.
ב"ר משה פאלקאוויטש הי"ו.
ב"ר משה יהודה לייב מארקאס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב', ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די שטארקע ווייטאג איבער די פירצה וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מוצ"ש שושן פורים בעיר ואם בישראל וומ"ס וואס דאס דארף אויפציטערן יעדעם איינעם, און ממשיך געווען בשבח פון די פילע תלמידי הישיבות וואס האבן זיך יא אויפגעפירט ווי עס פאסט במשך די ימי הפורים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
דער רבי האט געענדיגט ארום 2:30.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה הערש האלפערט הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל חתנו ר' פישל טעללער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה טובי' ווייסבערגער שליט"א - גאב"ד בודאפעסט ביתר,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו און הרה"ח ר' עמרם בר"ד כהן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל הערש עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך כ"ק אדמו"ר מישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
א גוטע נאכט.
~🌴~