מאנטאג ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויקהל=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מנחם מאיר גליק הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אהרן ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר שמואל יודא לעווינגער הי"ו.
ב"ר משה נתן נטע קטינא הי"ו.
ב"ר משה סטרולאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' טובי' עהרנפעלד הי"ו און הרה"ח ר' חנא דים הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ה כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון יואל גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' ברוך ווידער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו לרגל די שמחת הבר מצוה פון בנו הב' ני"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני פורים און איבער פארשידענע מנהגי ישראל איבער וועלכע זמנים מען מאכט נישט חתונה און נאך,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור, פאר משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו, פארן זיידן הרה"ח ר' משה נתן פישער הי"ו, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געגעבן דרשה געשאנק פארן בר מצוה בחור ספרו לב אהרן חידושי סוגיות,
דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 8:45.
זמני כניסה איז געווען פון 8:50 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה ברי"מ וויינבערגער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג פקודי אין ביהמ"ד הגדול ק"י,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שלמה הי"ו און די גאנצע משפחה.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים זלמן ווייסבערג הי"ו און הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א און הרה"ח ר' נפתלי הירצקא ווייס הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40.
~🌴~