זונטאג ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויקהל=
~שושן פורים~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נתן נטע משה ווידער הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
בעל תפילה: הב' בהר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב מרדכי פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט צו א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית און פאר די בר מצוה בחורים.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א אויף א מסיבת לחיים לרגל די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך חדב"ן הגה"צ שליט"א אין ביהמ"ד אבני צדק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ שליט"א, פאר אחיו הרבנים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר בשירה וזמרה און געטאנצן מיטן ספר תורה אינטערן חופה פאר א לענגערע צייט, און דערנאך איבערגעגעבן די ספר תורה פאר חדב"ן הגה"צ שליט"א און ממשיך געווען מיט די ריקודין פאר א שטיק צייט,
ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 3:30 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אבני צדק צום שמחת הכנס"ת,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט און דערנאך מכבד געווען חדב"ן הגה"צ שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
מען האט געענדיגט ארום 3:50.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון גינת קליין צו די סעודה לגומרה של תורה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס עס איז דא ביי א הכנס"ת און געזאגט אז די גרויסע שמחה איז נאר א מנהג כמבואר בחתם סופר, א מנהג איז עוקר א דין, א מנהג צוברעכט אלע דינים און ברענגט אראפ אלע השפעות, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 6:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד שושן פורים בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס,
ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד שושן פורים,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א שטיק צייט,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו ב"פ.
שושנת יעקב: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א - דומ''ץ דקהילתינו 18טע עוו.
במשך די טיש האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה בתופים ומחולות, דער רבי האט אויפגעטרעטן זעקס מאל מיט דברות קודש,
ביי די ערשטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק
'ותגע בראש השרביט' ביים מקדש זיין א אבר איז מען מקדש אבר שהנשמה תליה בו איז פשטיה קדושה בכילו פאר דעם איז די תפילין שנגד הלב ועל הראש מקדש דעם גאנצן גוף פון א איד, און דער רבי האט מעורר געווען די גרויסקייט פון מצות תפילין מ'זאל עס האלטן הייליג און טייער,
די צווייטע תורה איז געווען אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי' וואס דאס איז בגי' 'פרי עץ הדר כפות תמרים ענף עץ עבות ערבי נחל' וואס ביי די ד' מינים איז דא זיבן חפצי מצוה, און דאס איז מבטל די זיבן קליפות פונעם יצר הרע כמבואר בחז"ל אז די יצר הרע האט זיבן נעמען, און אסתר המלכה האט מעורר געווען די כח פון די ד' מינים און מבטל געווען די קליפות און אזוי איז געקומען די ישועה,
דריטע תורה: דורך די כוח פון מקוה האט מען מנצח געווען המן הרשע אזוי אויך מיט די כוח פון מנהגי ישראל, און מעורר געווען יעדער זיך צו פירן כמנהג אבותיו ווייל מנהגי ישראל זענען קודש,
פערטע תורה: 'ומשלוח מנות איש לרעהו' איז ס"ת תש''ח וואס איז ראשי תיבות ת'ורה ח'יים ש'לום און ס'איז משפיע נישט נאר פורים נאר אגאנץ יאר,
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן און געטאנצן בכל לב ובכל נפש פאר א לאנגע צייט,
ביי די פיפטע דב"ק אויפן פסוק דורש טוב לעמו האט דער רבי ארויסגעברענגט אז דורכ'ן געבן צדקה ברענגט מען אלע השפעות טובות, און דער רבי האט מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען בנימין/וואלף זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'קופת אבני חסד',
ביי די זעקסטע דב"ק אויף ימין השם רוממה האט דער רבי ארויסגעברענגט אז דורך זיך פירן במידות החסד איז מען משפיע חסד ורחמים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו מיט דברי בדחנות לכבוד היום,
מען האט אויפגעגעבן קרויט לכבוד פורים,
דערנאך האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס,
מען האט געענדיגט ארום 10:15.
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל אלתר גאלדבערגער הי"ו.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת הרה"ח ר' יצחק חנני' יו"ט ליפא פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם בנציון שאפער הי"ו היושבים ע"פ בתו/ אשתו ע"ה,
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי הר"ר יצחק מוטצען שליט"א ובניו החשובים היושבים ע"פ אשתו /אמם ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
"וטוב לב משתה תמיד"
~🌴~