מוצש"ק כי תשא - ליל שושן פורים המשולש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצש"ק כי תשא - ליל שושן פורים המשולש=
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור לכבוד שושן פורים בהיכל ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו,
דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די המוציא האט מען געזינגען די זמירות למלוה מלכה,
במשך די טיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק פינף מאל,
ביי די ערשטע דב"ק האט דער רבי זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און ארויסגעברענגט אז אסתר המלכה האט מעורר געווען די זכות פון תקיעת שופר וואס דאס איז מעורר אז הקב"ה זאל נישט פרעגן קיין קשיות אויף כלל ישראל במילא איז הקב"ה משפיע נאר גוטס,
מען האט אויפגעגעבן א העלזל כנהוג,
ביי די צווייטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן מאמר חז"ל 'גלוי וידוע להקב"ה שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל' און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן געבן א מחצית השקל איז מען מצרף הקב"ה צו כלל ישראל במילא איז הקב"ה נאר משפיע גוטס פאר כלל ישראל,
דערנאך איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט לכבוד די ספר תורה און געטאנצן אויפן פלאץ פאר א שטיק צייט,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען חדב"ן הגה"צ שליט"א אריינצושרייבן די לעצטע אותיות,
דער רבי האט משמיע געווען די דריטע דב"ק און ארויסגעברענגט אז דורך די שמחה של מצוה און בפרט די שמחה פון כתיבת ספר תורה וואס איז גאר א שטארקע שמחה איז הקב"ה מצרף מחשבה טובה למעשה און אפילו אויב איז דא א קטרוג ווערט עס בטל,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א לענגערע צייט,
מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אלעזר פעלדמאן הי"ו,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות, און דערנאך מכבד געווען חדב"ן הגה"צ שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה,
די פערטע דב"ק איז געווען אויפן פסוק 'ומשלוח מנות איש לרעהו' און ארויסגעברענגט אז בימי גזירת המן האבן אפילו די אידן פון די אנדערע מדינות וואס זענען נישט געווען אין די גזירה זיך אויך מצער געווען מיט די ביטערע שמועה פון די גזירה און פארדעם גיבט מען משלוח מנות און מתנות לאביונים,
און דער רבי האט מכבד געווען אלע וואס הייסן יהודה ארויפצוגיין אויפן טיש און צוזאמנעמען געלט פאר די קופת הצדקה 'אבני חסד',
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די פיפטע דב"ק און ארויסגעברענגט אז עס איז אינו דומה צדקה ביחיד צו צדקה ברבים וואס ברענגט אראפ השפעות עד בלי די, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' משה אהרן טייטלבוים שליט"א מלאפיש.
שושנת יעקב: הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א - דומ"ץ טאשנאד,
דערנאך איז פארגעקומען א שפיל לכבוד פורים דורך די משמחים ר' שמעון יואל קליין הי"ו און ר' משה יוסף לאנדא הי"ו,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
~🌴~