שבת קודש פרשת כי תשא - פורים המשולש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת כי תשא - פורים המשולש=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן חיים ב"ר נתנאל אלטמאן הי"ו.
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו.
ביי לכה דודי האט מען משנה געווען די ניגונים כנהוג,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר בערקאוויטש שליט"א - אב"ד קאריץ.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם חיים קליין הי"ו - אוסטראליע.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מאמר חז"ל 'גלוי וידוע להקב"ה שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין מבטלין איסור לכתחילה.
נאך די לעבער האט מען אויפגעגעבן קרויט לכבוד פורים,
קה אכסוף: הרה"ח ר' יודא לייב לעבאוויטש הי"ו.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי שמעון סופר זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם מאנטאג י"ז אדר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אלכסדר לייבוש הירש הי"ו - ב"פ.
אשר הניא: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:45.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:10.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו - קרית טאהש.
כהן: הרה"ח ר' יוסף יואל כהן הי"ו.
לוי: החתן מאיר ב"ר יואל בר"ש בערגער הי"ו - באווארפען.
שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א מי שברך וקריאת השם, ויקרא שמה בישראל: העניא זיסל נאך די באבע - די מאמע פון הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל.
רביעי: החתן יוסף ב"ר שלמה זלמן ברוין הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן זאב ב"ר יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שמעון סימאן הי"ו.
שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
הוספות: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
החתן משה בהר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א.
אחרון: החתן יוסף דוד ב"ר יואל יצחק לעווי הי"ו - באווארפען.
מפטיר: החתן ב"ר חנוך אבעלעס הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' משה ביילוש הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע פאליק לעבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בר"י וויינגארטן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל ביהמ"ד הגדול צד צפון,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב פנחס מרדכי שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זו אסתר שהיתה עוסקות בביעור חמץ' און ארויסגעברענגט אז אסתר המלכה האט מעורר געווען מידת קל און מיט דעם ממשיך געווען רחמים אויף כלל ישראל, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 1:10.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים מאיר ציפער הי"ו - מאנסי.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מאמר חז"ל 'גלוי וידוע להקב"ה שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל לפיכך הקדים שקליהם' און ארויסגעברענגט אז דורך די כח פון קידוש ליל שב"ק האבן די צדיקים א כח איבערצודרייען פון נגע צו עונג און פון מות - רעב צו מעות רב וכו' און משפיע זיין כל ברכות פאר כלל ישראל.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אליעזר פאלאטשעק הי"ו - ב"פ.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען אם על המלך טוב.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן משה בהר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם.
מען האט געענדיגט ארום 9:50.
~🌴~