פרייטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג כי תשא=
~יום הפורים~
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:00 אזייגער מעוטף מיטן שבת'דיגן טלית און די סטראקעס בעקיטשע.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל משולם גלויבער הי"ו.
בעל תפילה: הר"ר יעקב יוסף פילאפף שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' מענדל טייטלבוים הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' דוד יודא קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א - פ"ר.
גלילה: הב' הבר מצוה ני"ו.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן די ר"ת תפילין, און דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער, מען האט אויפגעוויקלט די מגילה ווי אן אגרת, דער רבי האט געמאכט א לשם יחוד און מקיים געווען די מנהג און געגעבן א מחצית השקל, און דערנאך געזאגט לשם יחוד און געמאכט די ברכות און געליינט די מגילה מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעורורות.
דאס ליינען האט זיך פארצויגן פאר אריבער א שעה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:30.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו - מנהל תומכי שבת.
אינדערהיים האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום פון משלוח מנות ומתנות לאביונים, און טועם געווען פון די המן טאשן, נאנט, און קינדל כנהוג.
רבינו שליט"א האט אויפגענומען אנ"ש במשכ'ן טאג פון 1:30 ביז 2:25 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. לברך ולהתברך אין דעם גרויסן טאג, ווי רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן און געבענטשט יעדעם מיט ברכות לרוב.
ארום 2:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום סעודת משתה היין אין ביהמ"ד הגדול,
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
פאר די פיש האט דער רבי געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לביסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען די ערשטע כוס וויין, און געוואונטשן לחיים,
נאך די פיש האט דער רבי געטרונקען די צווייטע כוס וויין, און געוואונטשן לחיים,
אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, און נאך די זופ האט דער רבי געטרינקען א דריטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים,
נאך די פלייש האט דער רבי געטרינקען א פערטע כוס וויין און נאך די קוגל א פיפטע כוס און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט משמיע געווען זיבן מאל דברות קודש, און צווישן איין דב"ק און די אנדערע האבן די בעלי מנגנים געזינגען ניגונים,
ביים ערשטן דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' בדרך דרוש אינעם סוגיא פון יש אם למסורת בעניני פורים,
די צווייטע דב"ק אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי' און ארויסגעברענגט אז דורך די כח פון מקוה ווערט מען נישט בטל,
דער רבי האט פארגעזינגען אדון עולם בבכיות עצומות,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די דריטע מאל תורה אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און ארויסגעברענגט אז דורכן מקיים זיין ואהבת לרעך כמוך איז דא צוויי מאל די שם הוי"ה און דאס איז ממתק אלע דינים,
דערנאך האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התלהבות,
ביי די פערטע דב"ק האט דער רבי געזאגט אז ארור המן און ברוך מרדכי זענען ביידע בגי' 'בשר' ווייל צוצושטעלן פלייש פאר אידן דארף מען זיין אדער א ברוך מרדכי אדער א ארור המן, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו וועלכע איז א שותף לדבר מצוה צוצושטעלן כשר'ע פלייש פאר אנ"ש אויפן העכסטן סטאנדארט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזינגען האדרת והאמונה מיט השתפכות הנפש,
די פיפטע דב"ק איז געווען אויפן פסוק 'אם על המלך טוב' און ארויסגעברענגט אז די שם אהי"ה במילוי איז בגי' מקוה, און געזאגט אז אויב טרינקט מען פורים כדבעי איז מען במילוי און עס איז חל די שם אהי"ה וואס דאס ברענגט אראפ רחמים וחסדים,
די זעקסטע דב"ק איז געווען אויפן פסוק 'דורש טוב לעמו' און ארויסגעברענגט אז אויב איז מען מקושר צו א צדיק זאגט מען יא טוב לו שנברא משלא נברא,
דערנאך האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט א שטארקע שמחה פאר א לענגערע צייט,
ביי די זיבעטע דב"ק האט דער רבי ארויסגעברענגט אז מרדכי הצדיק איז געווען א דורש טוב לעמו וויבאלד ער האט משפיע געווען בני חי' ומזוני פאר כלל ישראל און דאס גייט נאך אן עד היום הזה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
מען האט אויפגעגעבן קרויט, און א בארג סיני קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו,
דערנאך האט דער רבי פאררייכערט א ציגאר כנהוג און עס דערנאך איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
ביים זיך אויפשטעלן האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן ציבור א גוט שבת בצהלת פנים,
מען האט געענדיגט ארום 5:30.
~🌴~