פרייטאג תבוא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
פרייטאג תבוא
אינדערפרי
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' מרדכי שווארץ,
ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א, וואס געפינט זיך אויף די ראצפערט גאס.
ווען דער רבי איז אנגעקומען האט די רבי באטראכט די בוי ארבעט ביי די נייע בנין קליין.
דערנאך איז דער רבי אריין אין די עס זאל ווי עס זענען געווען פארזאמלט די קינדער פון כתה א' ב' בהנהלת הר"ר דוד פאלקאוויטש, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געווינטשן א גוט שבת.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל מרדכי אינדיג
ב"ר יודא טייטלבוים
ב"ר יואל כ"ץ
נאכן דאווענען איז פאגעקומען א לחיים פאר די תלמידי הישיבה, ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש לקראת ימי הרחמים והרצון.
א גוט שבת
~🌴~