דאנערשטאג תבוא ח"ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג תבוא ח"ב
פון 7:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יוחנן מאנן און ווערט אריינגעגעבן דעם זונטאג א' סליחות צום ביהמ"ד הלכה ברורה. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:20 אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 12:00.
נאך מעריב איז אריבערגעקומען אויף א באזוך צו רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. כ"ק אדמו"ר מ'סקולען מאנסי שליט"א, וועלכע איז אריבערגעקומען זיך געזעגענען לקראת ימי הרחמים והרצון, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגים אין די הייליגע טעג דערנאך האט אים דער רבי מכבד געווען מיט לחיים, דערנאך האט האדמו"ר מסקולען איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן לקראת די ימי הרחמים והרצון, דערנאך האט אים דער רבי ארויסבאגלייט ביזן טיר.
א גוטע נאכט
~🌴~