שבת קודש פרשת כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת כי תבא
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר הערשל סאמעט, ר"מ בישיבה לצעירים - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אינעם בנין מבצר הכוללים ווי עס האבן מיטגעגעסן תלמידי ישיבת צעירים וומ"ס אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה תושבי ק"י.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יואל בן הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א אב"ד סיגוט.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' - מאנטשעסטער שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר הערשל טעללער, ר"מ בישיבה לצעירים - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הר"ר אליעזר הערש האראוויץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו עס איז דא א מודעה אדער נישט.
קה אכסוף: הר"ר יחיאל גוטמאן, ר"מ בישיבה לצעירים - וומ"ס.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' - מאנטשעסטער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' מאטעלע הורונסטייפלער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג כ"ב אלול.
קה רבון עלם: הר"ר יעקב יצחק ווינקלער, ר"מ בישיבה לצעירים - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: ר' משה ישראל פייערוועקער - ב"ב.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:15
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל ווייס, ר"מ בישיבה לצעירים - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמשון שווארץ
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אליעזר הערש האראוויץ.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן.
לוי: החתן אברהם חיים ב"ר נפתלי צבי קלאגסברוין.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' - מאנטשעסטער שליט"א.
רביעי: ר' אלימלך לאנדא,
ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' יצחק מנחם מאסרי,
ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' משה פריעד.
ר' משה שטיין.
שביעי: הרה"ח ר' יצחק עהרענפעלד.
ר' אברהם ווייזער,
ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' מנחם נחום ראזענבערג,
ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק.
הגבה: הר"ר הערשל טעלער.
גלילה: ר' יעקב שלמה רובינפעלד.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' - מאנטשעסטער שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מנחם מנלי ווייזער.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:05
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים שמואל שפילמאן. ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' טובי' שרייבער - לאנדאן.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן.
לוי: ר' דוד יצחק ברי"ב ווערצבערגער.
שלישי: הרה"ח ר' אהרן משה שווארץ -מאנטריאל.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר שלמה זלמן האראוויץ.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק ולקחת מראשית כל פרי האדמה, דורשי רשימות זאגן אז ו'לקחת מ'ראשית כ'ל פ'רי ה'אדמהאיז די ר"ת בגי' מקוה, קען זיין לויט ווי דער רבי זי"ע אין ברך משה טייטשט אויף מקוה ישראל ה' אז 'מקוה ישראל' די האפענונג פון די אידן איז "ה'" די מדות פון הקב"ה, אז פונקט ווי די מדות פון הקב"ה איז אין סוף די זעלבע איז אויך תשובה אין סוף, אז נישט קיין חילוק וויפול מען זינדיגט קען מען אייביג תשובה טוהן, פארדעם שטייט מען אויף צו סליחות תיקף נאך שבת ווייל שבת איז שמא דקב"ה, און אז מען היט שבת כהלכתה איז מען זוכה צו כי 'שם ה' נראה עליך' און מען איז זוכה צו די מדות פון הקב"ה און עס איז דא סליחה עד אין סוף.
דערנאך האט דער רבי צוגעענדיגט מיט ברכות פארן נייע יאר און אנגעווינטשן אז עס זאל שוין זיין תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן משה שווארץ -מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' מנחם משה רעטעק.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' - מאנטשעסטער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן ר' נפתלי הירצקא קאהן.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:35.
~🌴~