מיטוואך תבוא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך תבוא
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור,
ב"ר חיים מרדכי מיטטעלמאן.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן.
ביים לחיים האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש מיט דברי חיזוק פאר די בחורים.
פארמיטאג ארום 1:45 האט רבינו שליט"א משמיע געווען דער אכטער סוגיא שיעור אינעם סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין בהיכל המתיבתא - סניף ויואל משה.
אין די נאכמיטאג שטונדן האט רבינו שליט"א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו וועלכע זיצט שבעה ע"פ אביו הגה"צ רבי מנחם משה זצ"ל דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל רבות בשנים.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים מו''ה יודא יושע וויינשטאק - מו"ה שלמה ניימאן,
אין די זאלן פון כינור דוד.
פון 7:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:20 אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 12:00
א גוטע נאכט
~🌴~