דאנערשטאג תבוא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג תבוא
- ח''א.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יושע הערש גאלדבערגער,
ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל רייזמאן.
ב"ר אשר אנשיל צין.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט די ניינטע שיעור אינעם סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין
דערנאך זענען אריין זיך געזעגענען די בחוריםממציוני תלמידי סניף ברך משה וואס פארן קומענדיגע וואך אויף מקומות הק' אינאיינעם מיט די מגי"ש, די רבי האט איבערגעגעבן שליח מצוה געלט פאר די מגי"ש.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט י"ב חלות פאר די בחורים מציונים וואס האבן זיך פארהערט די גאנצע מסכת.
דערנאך איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום פיר אזייגער איז כ"ק מרן רבינו שליט"א אנגעקומען צום בית רחל אודיטוריום זאל צום מעמד כבוד התורה וסיום הזמן אינערהאלב ישיבתינו הק' - מתיבתא הק', פאר אלע סניפי המתיבתא אינאיינעם,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דערנאך האבן פינעף בחורים געמאכט סיומים אויף מסכת וואס מען האט געלערנט אינערהאלב די פילע חבורות אין ישיבה דערנאך האט הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א -רב דבית מדרש דברי חיים וראש השיעור בסניף ויואל משה- געזאגט די קדיש, דערנאך האט רבינו שליט"א געמאכט א לחיים אין געווינטשן פאר אלע בחורים דערנאך האט דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה לימי בין הזמנים,
בתוך דבריו האט דער רבי מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן צו די ימים טובים סיי מיטן לערנען די הלכות און סיי מיטן לערנען חסידישע ספרים,
דערנאך האט דער רבי געזאגט אז מען זאל זעהן אויסצוניצן די לאנגע בין הזמנים מיט קביעות עיתים לתורה און ווי אויך אויפצושטיין זאגן סליחות 'באשמורת' און דאווענען 'במתינות'
דערנאך האט דער רבי שטארק אויפגעפאדערט מען זאל זיך זעהן אפצוהיטן די אויגן ווען מען איז אין שטאט, און בפרט זאל מען זיך זעהן אפצוהיטן פון די כלים,
דערנאך האט די רבי צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר די מגי"ש אין בחורים. דערנאך האט מען געבענטשט, אויפן כוס האט געבענטשט הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א - מגי"ש בישיבה דערנאך האט רבינו שליט"א פארטיילט די כתבים ווי יעדע בחור האט געהאט די זכי' צו איבערנעמען די כתבי הצטיינות מידו הקדושה פין רבינו שליט"א, דערנאך האט רבינו שליט"א פארלאזט די מעמד.
א גוטן טאג
~🌴~