דינסטאג תבא חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג תבא חלק ב'
פארמיטאג ארום 1:45 האט רבינו שליט"א משמיע געווען די זיבעטע סוגיא שיעור אינעם סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין בהיכל המתיבתא - סניף ויואל משה.
פון 4:30 ביז 1:00 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 5:00 איז פארגעקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה דורך מתפללי ביהמ''ד סאוט 8 בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און זיך נאכגעפרעגט ווי מ'האלט מיט די בוי ארבעט פונעם ביהמ''ד.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15 בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה האט רבינו שליט''א געבענטשט האניג וואס ווערט געשיקט קיין לאנדאן און וועט ווערן אויסגעטיילט פאר די תלמידי בית רחל,
רבינו שליט''א האט געבענטשט "לשנה טובה ומתוקה זיי זאלן אלע האבן א גוט זיס לעכטיג יאר"
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:35.
א גוטע נאכט
~🌴~