דינסטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וארא=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: ר' אברהם שמחה ניסן פעלדמאן הי"ו - ק"י.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון די בראשית יארן אין ק"י, און איבער די פילע תלמוד תורה'ס וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט אויפגעשטעלט איבער גאנץ ארץ ישראל נאך די צווייטע וועלט מלחמה.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~