מיטוואך וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וארא=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: ר' אברהם שמחה ניסן פעלדמאן הי"ו - ק"י.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: ר' אברהם שמחה ניסן פעלדמאן הי"ו.
נאך מנחה האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים שליט"א,
אויך האט הר"ר אהרן פערל שליט"א - ב"פ, איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א דעם נייעם ספר 'חובת הלבבות עם פירוש חתם סופר' וואס ער האט געדריקט, און דער רבי האט מעיין געווען אינעם ספר פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~