מאנטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וארא=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: ר' אברהם שמחה ניסן פעלדמאן הי"ו - ק"י.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - ק"י.
כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה''ח ר' משה יוסף צענווירטה הי''ו - ב''פ.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו - וומ"ס.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבערן הייליגן רמב"ם און הרה"ק הדברי שמחה מציעשנוב זי"ע וואס די יארצייטן זענען געפאלן היינט כ' טבת.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האבן שלום גענומען הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א - דומ"ץ שיכון סקווירא, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וועלכע זענען היינט אנגעקומען אויף מנוחת הנפש, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס.
בעל תפילה: ר' אברהם שמחה ניסן פעלדמאן הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~