מיטוואך ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויחי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד יודא האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יואל קויפמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 11:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צום לויה פון הרבנית הצדיקת אשת חבר פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועלכע איז פארגעקומען ביי ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי,
דער רבי האט אויסגעווארט ביים מאכן די הקפות און דערנאך באגלייט די מטה א שטיק צייט אויפן וועג צום בית החיים,
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריבער געקומען אויף אן אסיפה בביתו נאוה קודש חברי וועד הכשרות דק"י אין שפיץ פון הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - יו"ר,
אינאיינעם מיט הרה"ח ר' מיכאל דוב הי"ו ואחיו ר' נתן מרדכי הי"ו ממשפחת הערצאג הנכבדה, די בעלי בתים פון די 'קדם' פירמע וועלכע פראדוצירט און ברענגט אריין קיין אמעריקע פילע וויינען און ברוינפנס, אינאיינעם מיט הר"ר נחום ראבינאוויטש שליט"א פון די OU כשרות ארגענעזאציע און עטליכע עקספערטן און מבינים אויף וויין און ברוינפן פון די קדם פירמע, וועלכע זענען געקומען אויסשמועסן און זיך נאכפרעגן וויאזוי זיי קענען נאכקומען די כשרות סטאנדארטן וועלכע רבינו שליט"א האט אוועקגעשטעלט אין קרית יואל, און עס איינפירן אויף די פילע וויינען און ברוינפנס וואס זיי פראדוצירן און ברענגען אריין,
מען האט אויסגעשמועסט פאר קרוב צו אנדערטהאלבן שעה פילע פרטים און דעטאלן פון אלע מיני ברוינפנס קלארצושטעלן וועלכע זאכן און וועלכע כשרות סטאנדארטן עס ווערן פארלאנגט כדי א זאך זאל קענען פארקויפט ווערן אין קרית יואל, צווישן אנדערע האבן עטליכע מבינים פון די פירמע פארגעשטעלט דעטאלן איבער וויאזוי פילע ברוינפנס ווערן געמאכט,
ביים פארענדיגן די אסיפה האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי בתים און אלע אנוועזנדע.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' הלל הירש הי"ו און הרה"ח ר' יודא מאשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יושע הערש פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות איז דער רבי אריבער צום בנין הבית רחל 'בנין הירש ג"ב לאנדא' ווי עס קומט פאר די לימודים דורך מתמידים רץ למשנה יעדע נאכט,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מרביצי תורה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א און הרה"ח ר' ישראל פישער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם גברא הי"ו און הרה"ח ר' מרדכי טוויל הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~