דינסטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויחי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הערש לייב ברי"מ לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שמואל דייטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב יודא ווייס הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה צו רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א,
דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א דעם נייעם איבערגעדריקטן ספר שמע יעקב פונעם אלגזי וואס דער רב שליט"א האט נארוואס איבערגעדריקט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~