דאנערשטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויחי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חנני' לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה יאקאב הי"ו.
ב"ר יעקב יוסף האפמאן הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר משה טייכמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ת"ת 'בנין קליין' ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די קרוב צו 450 תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, הר"ר פישל קויפמאן שליט"א, און הר"ר יואל האלפערט שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען קורצע דברי ברכה ארויסברענגענדיג די שמחה פון אלע קינדער אז מען הייבט שוין אן לערנען משניות און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער,
דערנאך האבן די קינדער פארגעזינגען די 'ואני' בשעת דער רבי הערט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח,
מען האט געענדיגט ארום 1:40.
דערנאך איז דער רבי אריין אין איינע פון די עלטערע כיתות ווי דער רבי האט פארהערט די קינדער אויף די לימודים מיט גרויס הנאה.
ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו היושב ע"פ אחותו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א ובניו החשובים און גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א היושבים ע"פ אשתו /אמם /אחותו הרבנית הצדיקת מוויזניץ מאנסי ע"ה,
דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי ארום 5:15, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית וויזניץ און איהעל,
ארום 5:45 האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און אהיימגעפארן קיין ק"י.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' לוי יצחק געשטעטנער הי"ו און הרה"ח ר' שרגא אלחנן ווערצבערגער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~