מיטוואך תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך תצא
דער רבי האט געדאוונט שחרית אינאיינעם מיט כתות ו' ז' ח' בהנהלת ר' שלמה נח היילברוין שליט"א וועלכע געפונען זיך אינעם 'קעמפ מאנרא' אין שכינות פון קרית יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור,
ב"ר אלי' יצחק ראזענבערג.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר די קינדער.
אין די פארמיטאג שטונדן האט רבינו שליט"א אפגעשטאט א באזוך אינעם בית האופה המהודרת שע"י קהלתינו הק' אין קרית יואל, ווי דער רבי האט א לענגערע צייט זיך אומגעקוקט אויף די פילצאליגע איינריכטונגען און הידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט געווארן לקראת דעם בעפארשטייענדן מצות סעזאן.
פארמיטאג ארום 1:40 האט רבינו שליט"א משמיע געווען די דריטע סוגיא שיעור אינעם סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין בהיכל המתיבתא - סניף ויואל משה.
פארנאכטס ארום 7:00 איז פארגעקומען די מעמד כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וועלכע ווערט געשריבן דורך מתפללי ביהמ"ד בית דוב שע"י קהלתינו הק' - קרית יואל, וועלכע ווערט אריין געגעבן קומענדיגן זונטאג פרשת תבוא הבעל"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
דערנאך איז דער רבי אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים מו''ה אלי' שפיטצער - מו"ה שלום יצחק וויינבערגער,
אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
פון 7:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
ארום 12:15 איז הגה"צ רבי אהרן בראנסדארפער שליט"א, דומ"ץ בק"ק תולדות אהרן ירושלים, און יו"ר פון די מערכת הכשרות אינעם בית השחיטה המהודרת שע"י העדה החרדית, געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די חומרות והידורים אין די כשרות הבקר והעופות אין די בית השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק', און אין די בית השחיטה המהודרת שע"י ביד"צ העדה החרדית, און איבער די בליה און וואוקס פונעם שטאט קרית יואל.
דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30
~🌴~