דינסטאג תצא חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג תצא חלק ב'
פארן דאווענען האט הרה"ג ר' הערשל קאהן - ר"מ במתיבתא הק', איבער געגעבן א באריכט פארן רבי'ן פונעם באזוך ביי קהילת אור חדש דרבינו יואל אין גואטאמאלא דורך דייני קהלתינו הק', זיך אפצוגעבן מיט די רוחניות'דיגע באדערפענישן פון די דארטיגע קהילה, ווי עס איז צווישן אנדערן אדורך געפירט געווארן א חתונה, הכנסת ספר תורה, אבן הפינה פאר א מקוה טהרה, און נאך.
פארמיטאג ארום 1:45 האט רבינו שליט"א משמיע געווען די צווייטע סוגיא שיעור אינעם סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין בהיכל המתיבתא - סניף ויואל משה.
פון 6:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30 בביתו נאוה קודש.
אויפדערנאכט איז פארגעקומען א כתיבת האותיות, אין די ס"ת וועלכע ווערט אריינגעגעבן דורך הרה"ג ר' צבי אלימלך רוקח שליט''א אב''ד בערטש פלעטבוש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין געגאנגען אל הקודש פנימה די הנהלה פונעם "ממלכת התורה" וועלכע טוט פארפיגן אויף די פילצאליגע ישיבות קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין ווילימסבורג, ווי דער רבי האט קורא שם געווען פאר די נייע זעקסטע ישיבה "אהבת התורה" וועלכע ווערט געעפנט אויף די קומענדיגע ווינטער הבעל"ט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00
~🌴~