דאנערשטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג כי תצא
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל
ר' קלמן אליעזר עקשטיין
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ליכטענשטיין.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך די תלמידי הישיבה,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט דער רבי אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק כי ה' אלוקיך מתהלך בקרב מחניך ל'הצילך ו'לתת א'ויביך ל'פניך ווי די ר"ת איז אלול, 'כי ה' אלוקיך מתהלך בקרב מחניך' איז נאר דורך די תורה הק' במילא איז יעצט אין חודש אלול א פאסיגע צייט צו שרייבן א ספר תורה,
קודשא בריך הוא ואורייתא וישראל חד במילא ווען מען שרייבט א 'ספר תורה' לע"נ א 'אידישע' נשמה איז מען זיך מיט דעם מקשר צו 'הקב"ה' און עס איז גורם אז ה' אלוקיך מתהלך בקרב מחניך 'להצילך'
דער רבי האט פארענדיגט מיט ברכת קדשו אז עס זאל זיין ה' אלוקיך מתהלך בקרב מחניך 'להצילך' נאך אזא ביטערע יאר וואס מען איז דורך אזויפיל עגמת נפש עס זאל זיין תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה אין זכות פון די תורה הק'.
פארמיטאג ארום 1:40 האט רבינו שליט"א משמיע געווען די פערטע סוגיא שיעור אינעם סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין בהיכל המתיבתא - סניף ויואל משה.
ארום 2:40 איז דער רבי אנגעקומען צי די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס זענען געווען פארזאמלט די אריבער 550 תלמידי כתה א' בלע"ה פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק'
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די קינדער אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידישע קינדער און שטייגן בתורה ויר"ש דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל.
ארום 7:00 פארנאכטס איז דער רבי אריין געקומען צום אסיפת התחזקות מיט די בחורים תלמידי שיעור ב' פון מתיבתא הק' בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט ארום גערעדט שטארקע דברי ברכה והתחזקות פאר די בחורים בענינים העומדים על הפרק,
דערנאך האט די רבי מבשר געווען די בשורה מרנינה איבער די גרינדונג פונעם נייעם ישיבה 'עסק התורה' שע"י מתיבתא הק' וואס וועט שטיין בנשיאות ובראשות כ''ק מרן רבינו ראש ישיבתינו שליט''א בהנהלת גדולי מחנכים רמי''ם מפורסמים ספעציעל פאר די בחורים פון די יארגענג, די ישיבה אנטשפרעכט צו זיין א ריכטיגער מקום תורה ויראה ווי בחורים וועלן קענען שטייגן בתורה מיט הרחבת הדעת ובפרט ביראת שמים וואס כידוע איז דאס די שווערסטע בארץ ובגולה תורה ויראה במקום אחד מיט א חסידישע ברען מיטן סאטמארן פייער דקדושה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים מו''ה מאיר יצחק גליקמאן -מו"ה משה יודא מאיר בידערמאן
אין די זאלן פון כינור דוד.
פון 8:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ארום 8:40.
נאך מנחה ביים זמן ר"ת האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה.
אויפדערנאכט ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים, ר' יואל בר"מ גאלדשטיין - ר' ברוך יודא דרעזנער
אינעם תנאים זאל פרדס ווידער - אולם לעווינגער בביתו נאוה קודש.
און פון די מחותנים הר"ר נפתלי הערצקא פריעדמאן - ר' דוד יודא זילבערשטיין
אינעם תנאים זאל פרדס ווידער - אולם פנחס בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45
א גוטן טאג
~🌴~