דאנערשטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וירא=
ארום 7:15 אינדערפרי האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם JFK לופטפעלד,
דער רבי איז אפגעשטיגן פונעם פליגער און זיך ארויס געלאזט אויפן וועג אהיים ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 9:30 לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל סאקס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה בערגער הי"ו - מאנסי, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר משה הורוויץ שליט"א, חתן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ שליט"א.
ב"ר שמואל שענהברוין הי"ו - תאומים.
ב"ר מאיר ישכר הכהן קאהן הי"ו.
ב"ר חיים הערש פארקאש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן ליינען גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון די קורצע נסיעה קיין ארגענטינע און אורעגוויי.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו און הרה"ח ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברח"א בלייער הי"ו און הרה"ח ר' איתמר טובי' ברש"צ ווידער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:25 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט חתנו הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג חיי שרה אין ק"י, עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א,
דער דיין שליט"א האט שלום גענומען פון רבינו שליט"א נאך די קורצע באזוך פון רבינו שליט"א אין ארגענטינע און אין אורעגוויי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שחיטה ווי דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פילע פרטים פון די שחיטה מיטן דיין שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שמעון רובין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.
א גוטע נאכט.
~🌴~