מיטוואך וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וירא=
~המשך פונעם באזוך אינעם בית השחיטה אין אורעגוויי~
ארום 6:30 אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריבער פונעם בית האכסניא צום בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט רבני קהלתינו הק' שליט"א.
דער רבי איז צום ערשט אריין זיך אומקוקן אויפן פעקידזשינג אפטיילונג וואו די פלייש ווערט געפאקט און פארזיגלט חותם בתוך חותם און איבערגעקוקט אלע חלקים פון די פראצעדור וועלכע ווערט דורכגעפירט מיט די גרעסטע מאס הידור,
פון דארט איז דער רבי אריבער צו די בדיקת כריסים ווי דער רבי און די רבנים האבן איבערגעקוקט די גאנצע סדר הבדיקה מיט אלע אירע חומרות והידורים פאר א לענגערע צייט,
דערנאך איז דער רבי אריבער צום מקום השחיטה, צום ערשט האט דער רבי בודק געווען די חלפים און שטארק מפליא געווען די כשרות פון די חלפים, דערנאך האט דער רבי באטראכט די שחיטה, ווי די בהמה ווערט איבערגעדרייט אין א באקס כדי די שחיטה זאל זיין א פולשטענדיגע שחיטה מונחת, און די באזונדערע בודק צו מאכן א בדיקת יבש וועלכע שטייט אויפן ארט אזויווי דער רבי האט איינגעפירט ביי אלע בתי שחיטה דקהלתינו הק',
דערנאך איז דער רבי אריבער צום חלק בדיקות הריאות און באטראכט וויאזוי מען מאכט די בדיקת פנים און בדיקת חוץ, און פון דארט צום חלק הניקור וואו דער רבי האט באטראכט די גאנצע ניקור פראצעדור פאר א לענגערע צייט און אלע חומרות והידורים וועלכע זענען איינגעפירט געווארן אינעם בית השחיטה,
ארום 10:45 נאך אריבער פיר שעה וואס דער רבי איז ארום אינעם גאנצן בית השחיטה בטירחא דגופא און זיך אומגעקוקט אויף אלע אפטיילונגען פונעם פלענט האט דער רבי פארלאזט דעם בית השחיטה אויפן וועג צוריק צום בית האכסניא.
נאך א קורצע צייט איז דער רבי צוריקגעקומען צום בית השחיטה,
דער רבי איז אריין צום צענטראלער אפיס פונעם בית השחיטה, און באגריסט דעם נישט אידישן אייגנטומער פונעם פלענט, און זיך שטארק באדאנקט ווי שיין ער שטעלט זיך צו צו די פארלאנגען און געברויכן פון קהילתינו הקדושה צו קענען אהערשטעלן די פילע חומרות והידורים, און באזונדער פאר די הערליכע אכסניות, ביהמ"ד, און מקוה וואס ער שטעלט צו פאר די אידישע ארבעטערס וואס גיבט זיי די נויטיגע רואיגקייט צו קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש, און אנגעוואנטשן ברכות קדשו.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען אינעם ארטיגן מקוה, און דערנאך געדאווענט תפילת שחרית אין די ביהמ''ד פונעם בית השחיטה.
נאכן דאווענען האט דער רבי נאכאמאל ארויסגעברענגט פאר די רבנים די געוואלדיגע התפעלות פון די פולע חומרות והידורים וועלכע זענען איינגעפירט אינעם בית השחיטה, און באזונדער ארויסגעהויבן לשבח די שוחטים ובודקים יראים ושלימים עוסקים במלאכת הקודש בנאמנות, דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און עס איז געווען זמני כניסה פאר די שוחטים ובודקים אריין צו גיין בפתקא ופדיון בקודש פנימה.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך רבינו שליט"א טעלעפאניש פארבינדן מיט הגה"צ אב"ד נירבאטור שליט"א וועלכע גיבט די השגחה אויף די מיעל מארט פלענטס און ארויסגעברענגט די גרויסע התפעלות פון די הערליכע מהודר'דיגע מערכת השחיטה וואס ער האט אהערגעשטעלט ביי דעם פלענט לשם ולתפארת, און זיך באדאנקט פארן ארויסהעלפן מיטן צושטעלן אלע חומרות וואס איז איינגעפירט געווארן דורך רבינו שליט"א.
ארום 4:15 נאכמיטאג האט דער רבי געדאווענט תפילת מנחה.
נאך מנחה האבן זיך די שוחטים ובודקים געזעגנט פון רבינו שליט"א און דער רבי האט זיי אנגעווינטשן ברכות קדשו.
דערנאך איז דער רבי ארויסגעפארן צום ארטיגן לופטפעלד א וועג פון 45 מינוט, פון ווי דער רבי האט זיך געהויבן מיט א פריוואטע פליגער א וועג פון 35 מינוט צוריק קיין ארגענטינע.
אין לופטפעלד אין ארגענטינע האבן אפגעווארט א גרויסע ציבור מאנ"ש, וואו דער רבי האט פאר א לענגערע צייט אויפגענומען דעם ציבור בפיתקא ובפדיון אין א זייטיגע צימער, דערנאך האט מען געדאווענט מעריב.
נאך מעריב איז דער רבי אויפגעשטיגן אויפן פליגער אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק, ארום 10:45 ארטיגע זייגער האט זיך דער רבי'ס פליגער געהויבן אויפ'ן וועג צוריק אהיים קיין ניו יארק.
~🌴~