פרייטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג וירא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרב משה בהר"ר הערשל כהנא שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה חיים קאהן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און צום ערשט ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה וואס לערנען הלכות מקוואות וואס דאס מיינט אז מען וויל פארשטיין א מציאות אין אידישקייט,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג א לענגערע צייט איבער פילע הלכות פון שחיטה, ניקור, און כשרות החלפים, און ממשיך געווען איבער די נסיעה קיין אורעגוויי צו באזוכן די בית השחיטה ווי קהלתינו הק' וועט אנהייבן צו שחט'ן דארט,
דער רבי האט ארויס געברענגט די פילצאליגע חומרות און הידורים וואס זענען דארט איינגעשטעלט געווארן, און דערציילט ווי דער ייטב לב זי"ע האט נישט געוואלט ס'זאלן זיין אין שטאט אידן וואס האבן מער חומרות ווי אים, און ממשיך געווען אז די זעלבע זאך איז ביי אונז מיט שחיטה, אונז וויל מיר האבן די בעסטע און פרומסטע שחיטה! אויב איז דא ערגעץ א חומרא דארף מיר אונז עס אויך האבן,
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון קהל חרדים אין בונעס איירעס ארגענטינע ווי מען האט אויך אפגעשטאט א באזוך און פון דארט פארן די שוחטים קיין אורעגוויי צו שחט'ן, ערליכע און וואוילע אידן יראים ושלמים פונקט ווי אין ניו יארק, און עס האט די מעלה אז מען איז נאנט צום שטוב וואס דאס געט א מורא'דיגע מנוחת הנפש פאר די שוחטים,
און מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~