זונטאג שופטים - א' דר"ח אלול
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג שופטים - א' דר"ח אלול
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל ר' יואל פישל פריעד ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל ,
דערנאך האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור,
ב"ר משה אליעזר ראזענפעלד.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א ארויס געלאזט אויפן וועג צום קעמפ מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי אין מאנטיסעלאו ניו יארק, דאווענען תפלת שחרית מיט תלמידי מוסדותינו הק'.
דער רבי איז אנגעקומען אין קעמפ ארום 10:20 ביים אנקומען האט דער רבי באגריסט הרה"ח אהרן ווייס הי"ו - מנהל המחנות.
דער רבי האט געדאוונט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח'.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן אייניקל הב' יקותיאל יהודה בן הגה"צ רב דביהמ"ד סיגוט שליט"א.
און פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אסף וואלבערג.
בן הרב אשר חיים ווייזער.
ב"ר יושע דוד וואלדמאן.
ב"ר שמואל שלמה טעללער.
דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל מיט גרויס התעוררות,
ביים ליינען האבן עולה געווען,
כהן: ר' וואלף שווארץ.
לוי: ר' מאיר משה מאשקאוויטש.
שלישי: הב' הב"מ ב"ר יושע דוד וואלדמאן.
רבינו שליט"א האט עולה געווען רביעי.
הגבה: הרב אשר חיים ווייזער.
גלילה: הב' הב"מ בהגה"צ רב דביהמ"ד סיגוט שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רב דביהמ"ד סיגוט שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן מסיבת לחיים ארום 1:50 איז דער רבי אריין געקומען אינעם חדר האוכל און זיך אומגעקוקט ווי אזוי די קינדער בענטשן.
דערנאך איז דער רבי אראפ געגאנגען צו די בתי מדרשים פון סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א,
סניף הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א,
סניף הר"ר זרח שפירא שליט"א,
סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א,
און א לענגערע צייט ארום שפאצירט צווישן די קינדער זיך אומקוקנדיג ווי אזוי זיי לערנען, און פארהערט די קינדער.
דערנאך האט דער רבי באזוכט ביי די חדרים כתות א' ב' ג' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים שעפנדיג א שטארקע קורת רוח.
נאכן פארהערן איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אינאיינעם מיט אלע קינדער אינעם חדר האוכל ווי די קינדער האבן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש בדברי מוסר והתעוררות לרגל ר"ח אלול און פארענדיגט בברכת קדשו.
דערנאך האט מען פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער.
ארום 4:00 איז דער רבי אנגעקומען צו מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי בחורים קעמפ אין סוואן לעיק פאר כתה מכינה לישיבה.
דער רבי איז געגאנגען פארהערן און זיך אומקוקן אויף די לימודים אינעם ביהמ"ד פון תלמידי בארא פארק בהנהלת הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א - מנה"ר.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים אינעם ביהמ"ד פאר תלמידי וומ"ס בהנהלת הר"ר יודא בער טעללער שליט"א - מנה"ר.
דערנאך ארום 4:35 איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים אין ביהמ"ד.
מען האט געזינגען חרוזים, דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט אראפ געברענגט פון ייטב פנים אז א'נה ל'ידו ו'שמתי ל'ך מקום איז ר"ת אלול
דער רבי האט מסביר געווען אז פה לב אוזן גי' מקום, תשובה איז מיטן פה, לב, און אוזן.
ר"ה איז די מצוה מיט די אוזן לשמוע קול שופר, מתקן צו זיין וואס מען האט פוגם געווען באוזן. יו"כ איז די מצות היום תשובה, וואס דאס איז בלב.
סוכות איז די מצוה להודות ולהלל, וואס דאס איז בפה.
דאס איז פארוואס אנה לידו ושמתי לך איז ר"ת אלול, און דערנאך שטייט מקום, וואס איז מרמז אויף די דריי אויבנדערמאנטע בחינות, אז אלול דארף מען אלעס מתקן זיין.
דערנאך האט מען פארטיילט שיריים פאר די בחורים.
ארום 5:30 איז דער רבי אנגעקומען אין מחנה בית רחל.
דער רבי האט גערעדט פאר די מיידלעך בעניני צניעות והדרכה הנוגע לבת ישראל.
דערנאך ארום 6:00 איז פארגעקומען די מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד בית אברהם יוסף ושרה שע"י מחנה בית רחל דסאטמאר.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט אראפ געברענגט פון ייטב פנים אז א'נה ל'ידו ו'שמתי ל'ך מקום איז ר"ת אלול
דער שם משמואל ברענגט אז די סדר האותיות פון די א'ב' איז צ' ק' ר', די צ' און די ר' איז צר, און די ק' שטייט אינצווישן און לאזט עס נישט צו.
ק' איז מרמז אויפן אויבערשטן, ווייל ק' במיליאו איז בגי' מקום, השי"ת איז מקומו של עולם, ווי אויך שם הוי' י' פעמים י', ה' פעמים ה', ו' פעמים ו' וכו' איז גמי' מקום.
צופה רשע לצדיק ומבקש להמיתו אבער השי"ת לאזט נישט צו,
אלול אז מען איז זוכה צו תשובה שטעלט זיך דער רבי אריין ס'זאל נישט זיין צר.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים.
דערנאך איז דער רבי אריין בבית האכסניא און שטוב פון הרה"ח ר' מאיר הירש
ארום 7:45 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט פון מחנה בית רחל אויפן וועג צו קרית ברך משה, ארום 8:00 איז דער רבי אנגעקומען דאווענען מנחה אין ביהמ"ד בנין יהודה דקיט"ל דסאטמאר אין קרית ברך משה אין וואדבוירן ניו יארק,
עס האט מיטגעדאוונט הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' - וומ"ס שליט"א.
נאך מנחה ארום 8:15 איז דער רבי אריבער געגאנגען צום סעודת בר מצוה ומעמד חנוכת הבית אינעם נייעם חדר האוכל היכל אברהם - נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו,
ווי דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת הבר מצוה.
נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פאר די אנוועזנדע.
נאך די לחיים האט דער בר מצוה בחור געזאגט דעם פשעטל אינעם סוגיא פון כפאו ואכל מצה, צי מען איז יוצא די מצות אכילת מצה.
נאך די זופ האט דער טאטע פונעם בר מצוה בחור הגה"צ רב דביהמ"ד סיגוט שליט"א אויפגעטרעטן לכבוד השמחה.
נאך די פלייש האט אויפגעטרעטן דער זיידע פונעם בר מצוה בחור הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א.
דער רבי האט מכבד געווען הרה"ח אברהם בראך הי"ו - נדבן הבנין מיט ברכו נפשי.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בענין תשובה ותיקון המעשים, אז איידער דער מלך קומט אין שטאט דארף מען קודם בינדן דער מלכ'ס שונאים, דעריבער לייגט מען תפילין צו בינדן דעם יצר הרע, אזוי קען מען זוכה זיין צום מלך.
נאך די דברות קודש האט דער רבי מכבד געווען דעם בר מצוה בחור מיט ברכת המזון על הכוס.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד קביעות מזוזה פארן נייעם חדר האוכל נדבת הרה"ח אברהם בראך הי"ו.
דערנאך ארום 10:00 איז דער רבי אריין געקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין יהודה דקיט"ל דסאטמאר אין קרית ברך משה אין וואדבוירן ניו יארק.
נאך מעריב האט דער רבי זיך אומגעקוקט אויף די פילצאליגע שטיבלעך אינעם ביהמ"ד, הערנדיג גרוסן פון דעם מקום תורה ותפלה.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען אויף א באזוך אינעם פוד סירקל גראסערי ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע וויילע און אויסגעדרוקט א שטארקע קורת רוח איבער די אויסוואל פון מהודר'דיגע מאכלים אין די קאנטרי.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צוריק אהיים למעון קדשו אין קרית יואל.