מאנטאג שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג שופטים
בדר"ח אלול
היינט האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
ביים אנגעקומען אין ישיבה איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד זיך אומקוקן ווי די בחורים לערנען,
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געהערט א לענגערע באריכט פונעם מנהל הישיבה און פון הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א מנכ"ל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור,
ב"ר מענדל פארקאש.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און עולה געווען רביעי.
מען האט געזאגט לדוד נאך ברכו נפשי,
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים ברוב עם ווי דער רבי האט אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן אונטערשטן שטאק ווי עס איז פלאצירט א סניף פון מוסד הק' שערי חמלה דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די קינדער מיט גרויס התרגשות.
דערנאך האט דער רבי אריבערשפאצירט צום בנין הת"ת בנין גאלדשטיין דער רבי איז אריין אינעם עס זאל ווי עס זענען געווען פארזאמלט די תלמידי כיתות ג' ד' ה' בהנהלת הר"ר יואל האלפערט שליט"א, די קינדער האבן געזינגן חרוזים און דער רבי האט אנגעווינטשן פאר די קינדער 'א גוט געבענטשט יאר'
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים מו''ה שרגא חיים פעדער - מו''ה זלמן לייב גליק,
אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים
מו''ה הערשל יאזשעף - מו''ה שמואל יודא שטיין,
אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים
מו''ה חיים דוב ראלניצקי - הר"ר נתן דוב שווארץ,
אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ארום 7:30
פון 7:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות אין די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח הערשל שפיטץ הי"ו, בעל אכסניא פון רבינו שליט"א אין פאלם ספרינגס.
אזוי אויך איז געקומען נכד האדמו"ר מסקווירא שליט"א איינלאדענען רבינו שליט"א צום שמחת הבר מצוה פון בנו ני"ו, וועלכע וועט פארקומען בשטו"מ קומענדיגע וואך.
אויפדערנאכט ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים,
ר' ישעי' יצחק רובין - ר' יעקב מרדכי גראס,
אינעם תנאים זאל פרדס ווידער - אולם לעווינגער בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 12:30
נאך מעריב זענען אריבער געקומען די מחותנים ר' מאיר שפיטצער - ר' שלמה יודא דאסקאל, אפנעמען מזל טוב לרגל די שידוך שליסן ותנאים של צאצאיהם.
א גוטע נאכט
~🌴~