שבת קודש פרשת ראה -שבת מברכים אלול -
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת ראה -שבת מברכים אלול -
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הגה"צ משה מנחם ווייס שליט"א אב"ד דקהלתינו לאנדאן
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:25
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל לטובת מוסד הק' חכמת לב עטה"ק בעיה"ק ירושלים תובב"א.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת פאר רבינו שליט"א
ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אינעם בנין מבצר הכוללים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ ר' ברוך טייטלבוים - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים
מנוחה ושמחה: הר"ר ישראל שלמה ליכטענשטיין מדייני דק' ב.פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עבד שפדאוהו לשם עבדות.
קה אכסוף: הרה"ג יעקב ווייס בן הגה"צ אב"ד דקהלתינו לאנדאן
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד דקהלתינו לאנדאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' ישעי' מ'טשעחוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ג' אלול
קה רבון עלם: הרב ישראל גאלדמאן מזעהוויל אשדוד.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר אוריאל יואל כאירה מו''ץ בארגענטינא.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:00
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40
ברכות ופסוקי דזמרה: ר' משה יעקב גליק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
חזרת הש''ץ האט רבינו שליט"א צוגעשיקט הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה:ר' מאיר יעקב פאלאטשעק.
פסוקי שמע ישראל: הגה''צ הערשל מייזליש בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל.
בעל קורא: ר' יואל ווערצבערגער.
כהן: החתן יואל נחמי' ב"ר חיים ראלניצקי.
לוי: ר' ישראל בנציון ווערצבערגער.
שלישי: אב"ד דקהלתינו לאנדאן.
רביעי: דומ"ץ דקהלתינו ירושלים.
חמישי: החתן שאול יודא ב"ר נתן דוב שווארטץ.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שלמה מיכאל מארקאוויטש.
ר' ברוך יודא שאהנפעלד.
ר' ליפא גליק.
ר' אברהם דוד שטיין.
ר' אברהם וואלף ווייס.
ר' משה ארי' מייזעלס.
שביעי: החתן יודא יואל ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק.
אחרון: החתן אלטר ישעי' ב"ר יצחק אייזיק גליק.
מפטיר: הר"ר חיים ראטה - ירושלים.
הגבה: ר' ברוך מרדכי גאלדבערגער.
גלילה: ר' חיים ראלניצקי.
דער רבי האט געזאגט די הפטרה פון פרשת ראה און די ערשטע אין לעצטע פסוק פון מחר חודש.
דערנאך האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.
צו תפילת מוסף איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען לרגל יומא דהילולא קדישא פון זקינו מרן הייטב לב זי"ע וואס געפאלט דעם קומענדיגן ו' אלול שבת שופטים.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יעקב ווייס -מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 1:00
~
ארום 7:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום פרק פארלערנען
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה ז' אויף די עשרה ניסים שנעשה לאבותינו בביהמ"ק ווי דער רבי האט עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ואגדה ומוסר
און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט ווי די ביהמ"ק האט משפיע געווען מידת ענוה וואס דאס איז היפך קליפת עמלק
און צום סוף האט דער רבי מעורר געווען אז מ'וואוינט ב"ה און א הייליגע שטעטל קרית יואל און מדארף זעהן אז מזאל ח"ו נישט זאגן צר לי המקום הזה אז מ'קען נישט פארטראגן די יראה און תורה וואס קרית יואל פארמאגט נאר אדרבא מ'דארף זעהן צו שטייגן בתורה ויר"ש
אזוי אויך האט דער רבי געזאגט אז מ'זעט אז איינע פון די ניסים איז געווען אז עומדים צפופים און משתחוים רוחים פארוואס האט נישט געקענט זיין עומדים 'רוחים' ומשתחוים רוחים נאר פון דעם זעט מען אז סטאר נישט זיין באקוועמע אידישקייט נאר אדרבא מ'מעג זיך פלאגן פאר א מצוה נישט אזוי ווי מנהג אמעריקא אז אידישקייט דארף זיין באקוועם
דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי ברכה לקראת ימי הרחמים והרצון
מ'האט געענדיגט ארום 8:05
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:35
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' משה פאלקאוויטש.
ביים ליינען איז מכובד געווארן מיט הוצאה והכנסה ר' אהרן זאב גלויבער.
בעל קורא: ר' חיים העללער.
כהן: ר' אליעזר גלאנצער.
לוי:ר' אברהם שמחה הירש.
שלישי: הר"ר ישעי' גדלי' קויפמאן.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר אוריאל יואל כאירא.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ראה אנכי נותן היום ברכה
ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז די מצוה פון תקיעת שופר האט די סגולה אז מ'קען הערן ווי הקב"ה אליינס בלאזט שופר און דורך דעם ווערט מען נתעורר לתשובה אבער דאס איז נאר אויב מאכט מען די ריכטיגע הכנה און חודש אלול און דער רבי האט ארומגערעדט אז מען דארף זען אויסצוניצן די חודש אלול און מ'קען אסאך אויפטון אין די חודש
דער רבי האט צוגעענדיגט אז מ'זעט אז עס איז געווען אזא ביטערע שווערע יאר בעט מען דעם אייבערשטן אז תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה בב"א
ידיד נפש: ר' מרדכי שבתי מארקאוויטש.
קל מסתתר: ר' חיים העללער.
דער רבי האט געבענטש על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד דקהלתינו לאנדאן.
רבינו שליט"א האט געדאוונט פארן עמוד מעריב מוצ"ש לרגל הילולא קדישא פון זקינו מרן הייטב לב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט קומענדיגען שבת - ו' אלול
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:55
נאך הבדלה איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית דוב ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט אויפן נייעם מקוה וואס איז דארט געבויעט געווארן
דערנאך איז דער רבי געווען מנחם אבל זיין הרה"ח ר' יוסל ווייס וואס זיצט שבעה נאך זיין ברודער
ארום 12:30 איז הגה"צ רבי אברהם יושע טווערסקי שליט"א, נשיא מוסדות סקווירא - ב"פ געווען אויף א באזוך ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות.
~🌴~