מיטוואך צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך צו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי דוב גרובער הי"ו - ב"פ, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א.
ב"ר יצחק אייזיק ווייס הי"ו.
ב"ר אברהם יוזשעף הי"ו.
ב"ר נפתלי הירצקא שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל פייערשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מנשה פיליפ הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים דוד לערנער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יצחק הערשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר בעריש גראס שליט"א - מאנטריאל, און הר"ר יצחק מיטטעלמאן שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~