דאנערשטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג צו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברח"י הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יחיאל צבי אפפעל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד,
דערביי זענען די תלמידי הישיבה אריבער אפנעמען ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן למקומות הקדושים אין אייראפע קומענדיגע וואך,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"מ עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק יעקב דייטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל אשר קאליש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אליקים געציל בערגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ל ווייס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה ארום 9:50 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת בנין הבית רחל החדש בבני ברק,
עס האט אויפגעטרעטן דער בעל אכסניא הרה"ח ר' מאיר הי"ו וועלכע האט ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדות יטב לב בארה"ק און בפרט אין בני ברק,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - חבר וועד קרן הבנין וועלכע האט איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די פארשריט פון די בוי ארבעט פונעם בנין און אויסגערעכנט די געלטער וואס זענען שוין געשאפן געווארן און די געלטער וואס דארפן נאך געשאפן ווערן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע זכיה צו קענען געבן געלט פאר מוסדות יטב לב, און ארומגערעדט בשבח פון די חשובע נגידים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך זענען די נגידים אריבער איבערגעבן די גרעסערע נדבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט יעדעם פערזענליך אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
ארום 10:30 האט דער רבי פארלאזט די מסיבה און צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש ווייטער אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה האט זיך הבה"ח מרדכי אפרים פישל ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף פינף הונדערט בלאט גמרא.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~