דינסטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג צו=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"צ שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל שטיינבערג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר שאול העכט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
דער רבי איז צום ערשט געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען האחים הנגידים ר' יצחק זאב ואחיו ר' ישראל וויינשטאק הי"ו היושבים ע"פ אמם ע"ה.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די לא-שאטאו זאלן אין וומ"ס ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת התחזקות פארן כולל בוקר 'כוכבי אור' שע"י ביהמ"ד ברך משה,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - רב הביהמ"ד,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א וועלכע האט ארויפגערופן הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו - פטרון הכולל אפצונעמען א מתנה פון רבינו שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן פטרון הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי הי"ו און פאר העסקן ר' שמחה בונם קאהן הי"ו - מנהל הכולל און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק ארויסברענגענדיג לשבח פון אויפשטיין פארטאגס לערנען און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 8:20.
זמני כניסה איז געווען פון 8:25 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~