מאנטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג צו=
~שושן פורים~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו.
ביים ליינען האבן עולה געווען,
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
לוי: בעל ברית ר' גדלי' בערגער הי"ו.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' גדלי' בערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט צו א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני המשפחה.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד שושן פורים בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס,
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה 'בהיכל מאיר זעליג' בביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד שושן פורים,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו ב"פ.
שושנת יעקב: הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א - דומ"ץ טאשנאד מאנסי.
במשך די טיש האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה בתופים ומחולות, דער רבי האט אויפגעטרעטן זיבן מאל מיט דברות קודש,
ביי די ערשטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און ארויסגעברענגט אז הקב"ה איז מצרף פאר כלל ישראל די טוב העתיד, במילא אפילו יעצט איז מען נאכנישט גוט וויבאלד שפעטער גייט מען זיין גוט איז הקב"ה שוין משפיע רב ברכות,
ביי די צווייטע דב"ק האט דער רבי ארויסגעברענגט אז דורכ'ן זיין מקושר מיט די תורה הקדושה וואס די תורה איז איינס מיט הקב"ה באקומט מען א חיות דקדושה און מען ווערט קיינמאל נישט נדחה,
ביי די דריטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק 'ויגידו למרדכי את דברי אסתר' און ארויסגעברענגט אז פורים איז די זעלבע בחינה ווי תקיעת שופר און אידן ווערן אנגעווארעמט זייער הארץ צו הקב"ה,
דער רבי האט אנגעהויבן די ניגון 'אנא עבדא דקודשא בריך הוא' און זיך אויפגעשטעלט טאנצן בהתלהבות אש,
ביי די פערטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק 'כי מרדכי היהודי' און ארויסגעברענגט אז צו קענען מהפך זיין פון וי צו טוב דארף מען מצרף זיין דעם אלופו של עולם, און דאס האט מרדכי הצדיק משפיע געווען,
ביי די פיפטע דב"ק האט דער רבי ארויסגעברענגט אז המן הרשע האט געוואלט אויס'שמד'ן כלל ישראל און זיי נאכדעם הרג'ענען, במילא קומט אויס אז מרדכי הצדיק האט זיי מציל געווען און זיי געגעבן סיי די וועלט און סיי יענע וועלט,
ביי די זעקסטע דב"ק האט דער רבי ארויסגעברענגט אז מיטן געבן צדקה פארן דאווענען מאכט מען לויטער די לופט אז די תפילות זאלן קענען ארויפגיין, און דער רבי האט מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען יעקב זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'קופת אבני חסד'.
ביי די זיבעטע דב"ק האט דער רבי ארויסגעברענגט אז מען האט מתקן געווען מתנות לאביונים אלץ זכר צום נס פורים ווי טראץ מען איז נישט געווען ראוי צום נס האט הקב"ה געמאכט דעם גרויסן נס, במילא ווען גיבט מתנות לאביונים איז הקב"ה משפיע כל טוב אפילו מען איז נישט ראוי, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מען האט אויפגעגעבן קרויט לכבוד היום,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו מיט דברי בדחנות לכבוד היום,
דערנאך האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס,
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאך מעריב זענען אריבער די גבאים פון 'חבורת לגיון של מלך' פון ישיבתינו הקדושות פון וומ"ס ווי דער האט זיי איבערגעגעבן די געבענטשטע מטבעות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
"וטוב לב משתה תמיד"
~🌴~