זונטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג צו=
~יום הפורים~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל יואל שעהנברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה לייב עפשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם יושע פארקאש הי"ו.
ב"ר יואל שלעזינגער הי"ו.
ב"ר יושע לייב לעווי הי"ו.
בעל תפילה: הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' יושע לייב לעווי הי"ו - לינדען.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן די ר"ת תפילין, און דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער, מען האט אויפגעוויקלט די מגילה ווי אן אגרת, דער רבי האט געמאכט א לשם יחוד און מקיים געווען די מנהג און געגעבן א מחצית השקל, און דערנאך געזאגט לשם יחוד און געמאכט די ברכות און געליינט די מגילה מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעורורות.
דאס ליינען האט זיך פארצויגן פאר אריבער א שעה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 1:15.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו - מנהל תומכי שבת.
אינדערהיים האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום פון משלוח מנות ומתנות לאביונים, און טועם געווען פון די המן טאשן, נאנט, און קינדל כנהוג, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה לכבוד היום.
רבינו שליט"א האט אויפגענומען אנ"ש במשכ'ן טאג פון 4:30 ביז 6:45 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. לברך ולהתברך אין דעם גרויסן טאג,
במשכ'ן טאג האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, און קבוצות בחורים ווי רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן און געבענטשט יעדעם מיט ברכות לרוב.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום סעודת משתה היין אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
נאך די פיש האט דער רבי געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לביסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען די ערשטע כוס וויין, און געוואונטשן לחיים,
אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, און נאך די זופ האט דער רבי געטרינקען א צווייטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים,
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג,
נאך די פלייש האט דער רבי געטרינקען א דריטע כוס וויין און נאך די קוגל א פערטע כוס און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט פארגעזינגען אדון עולם בבכיות עצומות און דערנאך פארגעזינגען כבודו מלא עולם מיט השתפכות הנפש,
דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן די לעבעדיגע כבודו מלא עולם און זיך אויפגעשטעלט טאנצן בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט משמיע געווען זעקס מאל דברות קודש, און צווישן איין דב"ק און די אנדערע האבן די בעלי מנגנים געזינגען ניגונים,
ביים ערשטן דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק 'ויגידו למרדכי את דברי אסתר' און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן טוהן מצוות מיט די אויגן און מיט די אויערן איז מען מעורר די עין ה' און די אוזן ה' און דאס ברענגט אראפ השפעות טובות,
דערנאך האט דער רבי פארגעזינגען די זמר צמאה נפשי לאלקים לקל חי,
די צווייטע דב"ק איז געווען אויף 'שושנת יעקב צהלה ושמחה' און ארויסגעברענגט אז דורך דעם וואס כלל ישראל איז דבוק אין הקב"ה באקומט מען א חיות דקדושה און מען ווערט קיינמאל נישט נדחה,
מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן,
די דריטע דב"ק איז געווען אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך אמר עם הספר' און ארויסגעברענגט אז ביי מצוות שבין אדם למקום זאגט מען דברים שבלב הוי דברים, במילא ווען א גוי 'וויל' נאר טשעפענען א איד באקומט ער שוין א עונש, און דערמאנט די רשעים וואס ווילן חלילה שטערן די הייליגע חינוך פון תשב"ר און געזאגט אז אפילו פארן וועלן קומט זיך זיי א עונש, און דער רבי האט אנגעהויבן די ניגון וכל קרני רשעים אגדע,
דערנאך האט דער רבי פארגעזינגען די ניגון פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע 'לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער' און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן,
די פערטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און ארויסגעברענגט אז אפילו אויב סאיז דא ח"ו א דיבור קשה אויף כלל ישראל אויף יענער וועלט, מיט די כח פון שמע ישראל און אמונה אין הקב"ה בלייבט עס דארט און עס קומט נישט אראפ אויף דער וועלט,
דערנאך האט דער רבי מקיים געווען די מנהג פון זקינו בעל עצי חיים זי"ע צו רייכערן אום פורים און דערמיט פארברענען די קליפות אין די רויעך, און דער רבי האט פארייכערט א ציגאר,
בשעת מעשה האט דער רבי געזינגען די ראפשיצע תנועה, און די ניגון פונעם הייליגן קאלוב'ער זי"ע 'גלות גלות',
און דער רבי האט איבערגעגעבן די פאררייכערטע ציגאר פאר הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו,
במשך די סעודה האבן די בעלי מנגנים משמיע געווען ניגוני שמחה, וניגוני דביקות והתעוררות,
ביי די פיפטע דב"ק האט דער רבי פארציילט א עובדה אז הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט אויסגעלערנט פאר הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע צו גיין נאך געלט איינמאל און נאכאמאל, און דער רבי האט געזאגט אז אידן האבן היינט פארטיילט שווערע געלטער אבער יעצט וועלן אידן געבן נאכאמאל געלט, און דער רבי האט מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען יצחק זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'קופת אבני חסד',
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זעקסטע דב"ק אויפן פסוק 'דברי שלום ואמת' און געזאגט אז מען איז מתפלל אז די השפעות וואס קומט אראפ בימי הפורים זאל האבן א המשכה לעד ולנצח נצחים און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן קרויט, און א בארג סיני קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר בנציון קליין הי"ו,
דערנאך איז דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א ארויף אויפן טיש און פארגעזינגען די ניגון פונעם הייליגן קאלוב'ער זי"ע 'סאל א קאקאש' און אני מאמין,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אב"ד הוניאד,
שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מעריב,
בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א,
מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם, מען האט געענדיגט ארום 12:55.
~🌴~