מיטוואך ראה-כ''ו אב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך ראה-כ''ו אב
יומא דהילולא קדישא פון רביה''ק זצוקללה''ה,
פארן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל ר' אליקים יהודה ב''ר יושע ארי' גרינוואלד
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
כ"ק מרן רבינו שליט"א, האט געדאווענט תפלת שחרית אין ישיבה על קברו - ישיבה גדולה סניף דברי יואל, סמוך ונראה צום ציון המצוינת קודש הקדשים פון רבה"ק זצוקללה"ה ווי עס האבן מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן צענדליגער בעה"ב ואברכים ובחורי חמד ווי אויך פילצאליגע געסט פון איבער די גארער וועלט, פארן דאווענען האט די רבי תפלין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל יצחק ראטה ק''י פארן דאווענען האט די רבי געצינדן ליכט לע''נ רביה''ק זי''ע, דער רבי האט פארגעזאגט ברכות ווי טאג טעגליך דערנאך איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ברכות הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ ר' ברוך חדב''נ , נאך די קרבנות האט רבינו שליט''א יורד געווען לפני התיבה לע''נ רבינו הק' זי''ע צו תהילים איז צו געגאנגען הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ ר' ברוך חדב''נ , נאכן דאווענען איז פארקומען די מסיבת לחיים לפני העלי' לציון ברוב עם הדרת מלך, ווי דער רבי האט געמאכט דער סיום משניות.
דערנאך האט כ"ק מרן רבינו שליט"א משמיע געווען דברי התעוררות וחובת השעה במשנת בעל ההילולא איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש. (מען קען הערן די פולע דברות קודש עקסטער בייגעלייגט)
נאכן מסיבת לחיים ארום 1:00 פארמיטאג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויף צום ציון המצוינת סמוך ונראה צום בנין הישיבה אינאיינעם מיט פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו ווען די רבי איז אנגעקומען צום בית החיים האט די רבי געמאכט די ברכה ברכת מחיה המתים, די רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' די רבי האט געצינדן פינף לעכט מיט איין נשמה לעכט דערנאך האט הגה''צ אב''ד ור''מ דקהילתנו הק' וויליאמסבורג געצינדן פינף לעכט, דער רבי האט געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה מ'האט געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג די רבי איז געווען בעל תפלה בשעת די רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע וויילע, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן די הענט אינדערויסן פון בית החיים
~🌴~