דינסטאג ראה פארנאכטס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג ראה פארנאכטס
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 12:00 איז הגה"צ חיים מאיר קאהן שליט"א אב"ד תולדות אברהם יצחק - ביתר געווען אויף א באזוך ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות.
פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ארום 8:45
בעת די זמני כניסה האט כ"ק מרן רבינו שליט"א זיך פארבינדען מיט משפחת בלייער היושבים שבעה ע''פ בנם הילד ע''ה, און מנחם אבל געווען אויף די שווערע אבידה.
אויפדערנאכט ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים,
ר' צדוק היילברוין - ר' יואל עפשטיין,
אינעם פרדס ווידער תנאים זאל בביתו נאוה קודש, - אולם פנחס.
ארום 10:20 איז הגה"צ רבי ישראל משה פריעד שליט"א, אב"ד ניישטאדט לעיקוואד געווען אויף א באזוך ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 11:30
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט.
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד, לרגל יומא דהילולא קדישא פון דודו מרן רבינו הקוה"ט זיעועכי"א.
נאך מעריב האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן אנוועזנדער ציבור
'א גוטע נאכט, זכותו יגן עלינו'.
~🌴~