מיטוואך ראה-כ''ו אב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך ראה-כ''ו אב
יומא דהילולא קדישא פון רביה''ק זצוקללה''ה,
-חלק ב'-
פארנאכטס ארום 8:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילות מנחה בביתו נאוה קודש פארן דאווענען האט די רבי געצינדן פינף ליכט לע"נ רביה"ק זי"ע, רבינו שליט"א האט פארגעדאוונט מנחה פארן עמוד,
נאך תפילות מנחה האט דער רבי אריבערשפאצירט ביזן ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די תפילה 'שלום עליך' המיוחס למרן בעל ישמח משה אין די מנהג פין השטתחות אויף קברי צדיקים.
ארום 8:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען 'בבית מדרשו של רבי' - ביהמ"ד הגדול קרית יואל צום עריכות שלחון הטהור וסעודת הילולא תיכף ביים אריינקומען האט זיך רבינו שליט"א געוואשען נטילת ידים נאכן פריסות חלה האט רבינו שליט"א געמאכט די סיום הש"ס אין דערנאך געזאגט די קדיש דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה מהאט אויפגעגעבן די פיש נאכן פיש האט רבינו שליט"א געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל' , דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגעין וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא, נאך די פלייש אין קוגל האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט מכתם לדוד מיט הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער מהוניאד שליט"א דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען די צענטראלע דברות קודש וחובת השעה אין א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דברים העומדים על הפרק במשנת בעל הילולא אין פארענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה בכחו של אותו צדיק,( די גאנצע דברות קודש איז בייגעלייגט פריער) נאך די דברות קודש האט רבינו שליט"א געבענטשט על הכוס אין דערנאך פארטיילט כוס של ברכה.
נאכן סעודת הילולא האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
"זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל".